אך ווי שיין
יום טוב עהרליך
Original Track
לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך (תשכ"ב) | אידישע אוצרות 2 - אברהם פריד (תשנ"ד)
אין א טאג א הייסן,
אויף א מארק א גרויסן,
ערגעץ אין א ווינקל פון יריד.
וועט א טומל ווערן,
קולות וועט מען הערן,
און פון וואנען וויסן וועט מען נישט.
און ארום די הייזער,
אן אייזעלע א ווייסער,
וועט זיך נעמען שפאנען שפאן נאך שפאן.
און אויף אים וועט רייטן,
אן אורח גאר פון ווייטן,
געקליידעט פשוט ווי אן ארעמאן.
אין זיינע הענט וועט ער האלטן,
א גרויסן שופר גאר אן אלטן,
נאך פון בראשית אן באהאלטן,
אויף דער גוטער צייט.
האלבע נאכט וועט נעמען טאגן,
און דער שופר וועט נעמען זאגן,
און זיין שטימע וועט זיך טראגן,
אויף די ימ׳ען ווייט.
מענטשן וועלן זיך אויפכאפן,
און די זייגערס נעמען טאפן,
אפשר טוען זיי נישט קלאפן,
אדער שטייען קרום.
מען וועט רופן אינפארמעישאן,
די פאליס און ראדיא סטעישאן,
פייערלעשער, עמיגרעישאן,
ס׳איז ביזי אומעטום.
און דער ראדיא וועט ערקלערן,
אז דער קול וואס מען טוט הערן,
עס דערנענטערט זיך א שטערן,
ס׳קומט אן א פלאנעט.
און די רוסן וועלן בלאפן,
אז דער קול וואס לאזט נישט שלאפן,
ווייל עס איז אדורכגעלאפן,
א רוסישער ראקעט.
אך ווי שיין וועט דעמאלטס זיין,
עס וועט אוועק די מורא.
הַזוֹרְעִים בְּדִמְעָה, בְּרִינָה יִקְצוֹרוּ.
אוועק די שלעכטע צייטן,
אלעס טוט זיך בייטן,
משיח אויפן קליינעם אייזעלע, קומט שוין באלד צו רייטן.
אוועק די שלעכטע יארן,
אלץ איז ניי געווארן.
משיח אויפן קליינעם אייזעלע, קומט שוין באלד צו פארן.
און דער קול וועט רעדן,
צו יעדערן פארשיידן,
לשון קודש אלע וועלן פארשטיין.
יעדער איד וועט הערן,
מיט אויגן פול מיט טרערן,
און וועט תשובה טאן מיט גרויס געוויין.
אליהו הנביא וועט אנזאגן,
מיט זיך גארנישט טראגן,
יעדער זאל זיך גיין צו זיך און שול.
אידן וועלן טאנצן,
אפלאזן אינגאנצן,
און די שולן וועלן ווערן פול.
און די שולן נישט צום גלויבן,
וועלן פלוצלינג זיך אויפהויבן,
נעמען פליען ווי די טויבן, אויפן הויכן בריק.
קליינע קינדערלעך פון אויבן,
וועלן ווייזן דורך די שויבן,
זע נאר זע, דער וואלקנקראצער, קלענער ווי א פליג.
און דער אלטער שמש סנדר,
וועט א קלאפ טאן אין דעם סטענדער,
עס נעמט טאגן, אלע דארפן דאווענען גרויס און קליין.
אלע וועלן שטיין און תפילה,
קינדער ברעקעלעך אפילו,
און די שטערן וועלן הערן, און ענטפערן אמן.
אך ווי שיין, וועט דעמאלטס זיין,
עס וועט אוועק די מורא.
הַזוֹרְעִים בְּדִמְעָה, בְּרִינָה יִקְצוֹרוּ.
אוועק די שלעכטע צייטן,
אלעס טוט זיך בייטן,
משיח אויפן קליינעם אייזעלע קומט שוין באלד צו רייטן.
אוועק די שלעכטע יארן,
אלץ איז ניי געווארן,
משיח אויפן קליינעם אייזעלע, קומט שוין באלד צו פארן.
און די אינזשינערן,
וועלן שטיין און קלערן,
הייזער פליען אָן ענערגיע קראפט.
עס איז דארט מסתמא,
באהאלטן א דינאמא,
א נייער אויפטו פון דער וויסנשאפט.
און אונזערע שכנים,
וועלן שטיין אינאיינעם,
קוקן אויפן הימל פול מיט שרעק.
פנימ'ער פארשעמטע,
הערצעלעך פארקלעמטע,
וואס דער איד עס פליט פון זיי אוועק.
פאלאקן וועלן זיי באגלייטן,
און צווישן זיך ט'מען רעדן,
וֹוידְזִיש אַנְטֶעק, נָאשׁ אַבְרָאשָׁא, בַּאהַאטָערֶעם סְטַאל.
(קוק אנטעק, אונזער אברהם איז געווארן א העלד.)
און די רוסן וועלן שטייען,
און מען וועט די וואנצעס דרייען,
הֶעְי אִיוַואן, סְמָאטְרִי נָאשׁ יַאנְקֶעל, צֶעלִי גענעראל.
(קוק איוואן, אונזער יאנקל איז א גאנצער גענעראל.)
די דייטשן וועלן זיך באהאלטן,
ווי די ראטן אין די שפאלטן,
שרייען, הייל, דער יודע גייט, רעגירן אויף דער וועלט,
די אמעריקאנער גוטע ברידער,
וואס לאזן רשעים וואקסן ווידער,
וועלן זיך פילן זייער ביטער, מיט זייערע געלט.
אך ווי שיין וועט דעמאלטס זיין,
עס וועט אוועק די מורא.
הַזוֹרְעִים בְּדִמְעָה, בְּרִינָה יִקְצוֹרוּ.
אוועק די שלעכטע צייטן,
אלעס טוט זיך בייטן,
משיח אויפן קליינעם אייזעלע, קומט שוין באלד צו רייטן.
אוועק די שלעכטע יארן,
אלץ איז ניי געווארן,
משיח אויפן קליינעם אייזעלע, קומט שוין באלד צו פארן.
אויף יעדן בארג און יעדן טאל,
וועט מען פלוצלינג מיטאמאל,
איינהערן דעם קול, דעם שופר׳ס גרויסן קול.
אוי ס׳וועט זיין פרייליך, פרייליך,
מיר וועלן האבן אן אייגענעם מלך,
אז משיח קומען וועט צו גיין.
און די אידן פליען,
וועלן צום בארג ציון,
ירושלים קומט פון הימל ניי ביז גאר.
גאסן פון דיאמאנטן,
הייזער פון בריליאנטן,
יעדער איינער זיבן טויזנט פלאר.
און פון הר הזיתים,
וועלן גיין די מתים,
אנגעטאן די אלטע שבת קלייד.
דער אייניקל וועט ריידן,
מיטן עלטער זיידן,
און די מאמע וויינען וועט פון פרייד.
און מען וועט דאן רואיג לעבן,
מען וועט האבן נאר איין שטרעבן,
דער באשעפער זאל נאר געבן,
שכל אן א שיעור.
ווייל מען וועט נאר לערנען תורה,
און די סודות פון דעם בורא,
און ביינאכט וועט מען זיך פליען,
יעדער צו זיין טיר.
און אויף אלע בוימער דארטן,
וואקסן שפייזן אלע סארטן,
טייכן האניג, פול דער גארטן,
וויין וויפיל מען וויל.
דער לייב וועט זיך פאר קינדער בוקן,
און זיי נעמען אויפן רוקן,
און זיי פירן צו באקוקן,
ווי ס׳לעבט דער קראקאדיל.
און ווי הינדעלעך אצינדער,
וועט דאן גארנישט זיין קיין וואונדער,
יעדע מאמע וועט האבן קינדער,
יעדן טאג פון יאר.
א קליין אינגל וועט מען פרעגן,
וויפיל יאר איז דיין פארמעגן,
וועט ער זאגן, כ׳בין נאך יונג,
אינגאנצן הונדערט יאר.
ירושלים וועט זיך אויפהויבן,
אויף דער גאנצער וועלט פון אויבן,
און איבער אלץ, דוד׳ס פאלאץ,
און דער הייליגער געצעלט.
פון אלע זייטן ט'מען מארשירן,
טויזנטער מתנות פירן,
העכער העכער צו די טירן,
פון פירער פון דער וועלט.
אך ווי שיין וועט דעמאלטס זיין,
עס וועט אוועק די מורא.
הַזוֹרְעִים בְּדִמְעָה, בְּרִינָה יִקְצוֹרוּ.
אוועק די שלעכטע צייטן,
אלעס טוט זיך בייטן,
משיח אויפן קליינעם אייזעלע, קומט שוין באלד צו רייטן.
אוועק די שלעכטע יארן,
אלץ איז ניי געווארן,
משיח אויפן קליינעם אייזעלע, קומט שוין באלד צו פארן.
לאמיר, אידעלעך, זיין גרייט,
אויפנעמען די גרויסע פרייד,
תשובה טאן געשווינד,
מער נישט טאן קיין זינד.
דער פנים זאל נישט זיין פארשעמט,
און די הערצעלע פארקלעמט,
לאמיר ווערן שיין,
לאמיר ווערן ריין.
איי האבן מיר א גרויסן בורא,
א שיינער פאלק און א זיסער תורה,
משיח מעג שוין קומען באלד צו גיין.
