א פרייליכן תשעה באב
אברהם פריד
Original Track
תשעה באב ביינאכט,
אז מ'האט אפגעזאגט די קינות,
האט מען עס אין שמות באהאלטן.
לשנה הבאה, בעזרת השם,
דעם תענית וועט מען מער נישט דארפן האלטן.
אנשטאט צו לערנען קמצא ובר קמצא,
וועט מען לערנען מילתא דבדיחא.
אנשטאט צו לערנען הלכות אבילות,
וועט מען לערנען הלכתא למשיחא.
עס וועט זיין א בית המקדש, במהרה בימינו,
נאך שענער ווי דער ערשטער און דער צווייטער,
וואס וועט מן השמים אראפקומען,
אינגאנצן א פערטיגער, א גרייטער.
ס׳וועט מער נישט זיין קיין צרות, יגון ואנחה,
און צום גלות וועט שוין זיין א סוף.
און איינער דעם צווייטן וועט זיך ווינטשן,
א פרייליכן תשעה באב.
צהלה ושמחה, וועט זיין מגילת איכה,
און ס׳וועט טאקע זיין א מחיה.
שבת חזון וועט עולה זיין צו מפטיר,
דער נביא ישעיה.
חזון ישעיהו וועט ער זינגען,
מיט א שמחת-תורה׳דיגע תנועה,
בָּנִים גִדַלְתִּי וְרוֹמַמְתִּי,
כ׳האב זיי שוין געבראכט די ישועה.
משיח וועט פראווען א סעודת יום הולדת,
און מען וועט זינגען מזל טוב.
און איינער דעם צווייטן וועט זיך ווינטשן,
א פרייליכן תשעה באב.
עס וועלן מקוים ווערן אלע ברכות,
און ס'וועט זיין א שפע לרוב.
און איינער דעם צווייטן וועט זיך ווינטשן,
א פרייליכן תשעה באב.
תשעה באב צופרי וועט מען גיין אין מקוה,
גיין צו מעמדות ביי קרבנות.
צו שחרית וועט מען אנטון טלית און תפילין,
טרינקען א לחיים אין דעם תענית.
משה רבינו וועט ארויף אויף דער בימה,
דרש׳ענען פאר אונז חידושי תורה.
אהרן הכהן וועט טון די עבודה,
אנצינדן די הייליגע מנורה.
דערנאך וועט מען גיין צו שיעורים און פלפולים,
אין די פארשידענע ישיבות.
פון הלל און שמאי, רמב"ם און ראב"ד,
קצות החושן און נתיבות.
משיח וועט פראווען א סעודת יום הולדת,
און מען וועט זינגען מזל טוב.
און איינער דעם צווייטן וועט זיך ווינטשן,
א פרייליכן תשעה באב.
עס וועלן מקוים ווערן אלע ברכות,
און ס'וועט זיין א שפע לרוב.
און איינער דעם צווייטן וועט זיך ווינטשן,
אידאלאך, א פרייליכן תשעה באב.
