טרייסט מיין פאלק
סקולען
Original Track
טרייסט מיין פאלקסקולען5:22
טרייסט מיין פאלק, זאגט דער ליבער גאט,
טרייסט מיין פאלק, זאגט דער ליבער גאט.
גענוג געווייטאגט און געבלוטיגט,
האט ירושלים, מיין הייליג שטאט.
אין דער מדבר שרייט א שטימע,
שפאלט די פינסטערניש פון נאכט.
פארשוואונדן זאלט איר בערג און טאלן,
פאר גאט'ס מאיעסטעט און פראכט.
גייט דער הערשער פון די וועלטן,
צו ישראל זיין טייער קינד.
ברענגט אים חסד, ברענגט אים רחמים,
ברענגט אים מחילה אויף זיינע זינד.
טרייסט מיין פאלק, טרייסט מיין פאלק,
האט געזאגט דער ליבער גאט.
איך וועל באגיסן מיט גליק און פרייד,
ירושלים, מיין הייליג שטאט.
