Download PDF

יום שכולו ארוך

יודל ווערדיגער

Original Track

יום שכולו ארוךיודל ווערדיגער4:17

איך מאך מיר צו די אויגן,
איך פלי אוועק.
אויב איר וואלט מיט מיר געפלויגן,
וואלט איר אויך באמערקט,
דארט אויבן אויף די בארג,
קאלירן נישט באקאנטע,
נייע, דאך נישט פרעמד,
נייע טענער שטארק, מיט פידלן אין די הענט,
מלאכים שמייכלען מיר,
א רביש טיש ווי מעשה חושב, מייסטערווערק.

א יום שכולו ארוך,
א יום שכולו טוב,
שצדיקים יושבים,
ועטרותיהם בראשיהם.
לעבן וועלן מיר דאן מיט א העכערע בחינה,
ונהנים מזיו השכינה.

מאך צו דיינע אויגן,
און לייג אוועק,
פראבלעמען וואס דען טויגן,
טראכטן אן אן עק.
עס ווארט מינה וביה,
פרישע גוטע צייטן,
פארגיין וועט אלעס אלט,
פארגעסט וואס מיינט א וויי,
יסורים וועט מען בייטן,
פאר שפע א געהאלט,
פון בורא קריגן אורות א מחי'.

יום שכולו ארוך,
יום שכולו טוב,
שצדיקים יושבים,
ועטרותיהם בראשיהם.
לעבן וועלן מיר דאן אויף א העכערע בחינה,
ונהנים מזיו השכינה.

יום שכולו ארוך,
יום שכולו טוב,
שצדיקים יושבים,
ועטרותיהם בראשיהם,
ונהנים מזיו השכינה,
ונהנים מזיו השכינה.

יום שכולו ארוך,
יום שכולו טוב,
הייליגע באשעפער דו בלייבסט
אודאי נישט א בעל חוב,
מיר האפן נאך אלע צו דערלעבן בעקבתא דמשיחא,
ווען דו וועסט פירן דיין גלענצנדע מלוכה.

א יום שכולו טוב,
שצדיקים יושבים,
ועטרותיהם בראשיהם,
ונהנים מזיו השכינה,
ונהנים מזיו השכינה.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection