משיח'ס צייטן

Original Track

משיח'ס צייטן12:54

Cover Tracks

S0205 - משיח'ס צייטן (4)12:54
S0205 - משיח'ס צייטן (2)3:18

אין א שיינעם העלן טאג,
דער סוחר ביי דער וואג,
און דער שניידער אינמיטן נייען.
דער טרעגער מיטן פאק,
דער לויפער מיטן זאק,
און דער גערטנער אינמיטן זייען.

פלוצלינג וועט מען הערן א געשריי,
אז די צייט איז שוין געקומען.
אז מיר וועלן שוין ווערן פריי,
פון גלות ארויסגענומען.

על כן אידעלעך, טייערע ברידערלעך,
מאכט אייך גרייט, גרויס און קליין.
באלד און גיך, קומט משיח,
קיין ירושלים וועלן מיר גיין.

די זיצערן אין די גאס,
דער שענקער ביי דעם פאס,
און דער שמיד ביי דעם האמער.
דער מילנער אינמיטן מאלן,
דער בארבער אינמיטן גאלן,
און דער קוילן סוחר אין דעם קאמער.

פלוצלינג וועט מען הערן א געוואלד,
אליהו הנביא איז מבשר א בשורה.
אט קומט שוין משיח באלד,
ער פירט אונז אין די אלטע דירה.

על כן אידעלעך, טייערע ברידערלעך,
מאכט אייך גרייט, גרויס און קליין.
באלד און גיך, קומט משיח,
קיין ירושלים וועלן מיר גיין.

דער מלמד מיטן טייטש,
דער בעל עגלה מיטן בייטש,
און דער בלעכער אויפן דאך.
דער שלייפער ביי דעם ראד,
דער בעדער אין באד,
און אזוי יעדער נעבעך ביי זיין שווערן פאך.

פלוצלינג וועט מען הערן א קלאנג,
אז די צייט איז שוין געקומען.
עטס מעגט שוין זינגען א ניי געזאנג,
עטס ווערט שוין פון גלות ארויסגענומען.

על כן אידעלעך, טייערע ברידערלעך,
מאכט אייך גרייט, גרויס און קליין.
באלד און גיך, קומט משיח,
קיין ירושלים וועלן מיר גיין.

דער פויער מאנט פאר אייער,
דער סעקוועסטער מאנט פאר שטייער,
און דער סעליסטער ברענגט א קלאגע.
די קעשענע איז לער,
דאס געמיט איז נעבעך שווער,
און עס פרעגט זיך אזוי א פראגע.

פלוצלינג וועט מען הערן א קול,
פון דעם שופר, דעם גרויסן הארן.
דו ביסט שוין פטור געווארן דיין עול,
דו ביסט שוין געהאלפן געווארן.

על כן אידעלעך, טייערע ברידערלעך,
מאכט אייך גרייט, גרויס און קליין.
באלד און גיך, קומט משיח,
קיין ירושלים וועלן מיר גיין.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection