Download PDF

נישט גע'דאגה'ט

אברהם פריד

Original Track

נישט גע'דאגה'טאברהם פריד6:52

Cover Tracks

S0206 - נישט גע'דאגה'ט - אברהם פריד8:03

א שיינעם חלום האב איך געזען,
אין בית המקדש בין איך געווען,
כהנים זענען מקריב קרבנות,
לויים זינגען שיר המעלות,
משה רבינו לערנט מיט די אבות,
די סנהדרין זיצט און הערט א דין תורה,
אהרן הכהן צינדט אן די מנורה.

און אט זע איך א הערליכן געזיכט,
עס שיינט זיין פנים מיט א געטליכן ליכט,
אויף זיין קאפ א גאלדענעם קרוין,
איך דערקען אים שוין,
דאס איז דער מלך המשיח, ער אליין.
דער גאנצער עולם שטייט מיט מורא,
ער איז מגלה סודות התורה.
און פון שלאף האב איך זיך אויפגעכאפט.

נישט גע'דאגה'ט, אידן,
עס וועט שוין באלד קיין חלום מער נישט זיין.
א מינוט'קעלע געבליבן,
משיח'ן מקבל פנים זיין.
שיכור מיט פרייד, געזונטערהייט,
גייען מיר אלע אהיים.
צוריק אין חדר גיין, מיט משה'ן אליין,
אמן ואמן.

א שיינעם חלום האב איך געזען,
אין ירושלים אנגעקומען.
זי זאגט מיט פרייד, ברוכים הבאים,
דערלעבט צו זען דיין ליכטיגן פנים,
איך האב געהאט אזויפיל צער גידול בנים.
כאטש דו האסט געוואנדערט טויזנטער יארן,
היינט ביסטו, מיין טייער קינד, נאך שענער געווארן.

און אט זע איך מלאכים גיין,
זיי פירן מיט א ניגון דעם באשעפער אליין.
געקומען אויף דער וועלט,
א חופה אויפגעשטעלט,
זיין ליבע כלה, אידן אלע, מקדש זיין.
צדיקים טאנצן מיטן חתן,
עס איז שוין גרייט דער סעודת לויתן.
און פון שלאף האב איך זיך אויפגעכאפט.

איי, נישט געדאגהט אידן,
עס וועט שוין באלד קיין חלום מער נישט זיין.
א מינוט’קעלע געבליבן,
משיחן מקבל פנים זיין.
שיכור מיט פרייד, געזונטערהייט,
גייען מיר אלע אהיים.
צוריק אין חדר גיין, מיט משה’ן אליין,
אמן ואמן.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection