Download PDF

סימן טוב

יוסף משה כהנא

Original Track

סימן טוביוסף משה כהנא4:08

לחן: ר' יהושע מענדעלאוויטש, ר' ירמי' דמן
מילים: ר' יוסף משה כהנא | לחיים אידן (תש"ס)

סימן טוב ומזל טוב, אוי ווי הערליך, אוי ווי שיין,
משיח צדקנו קומט שוין צו גיין.
אידן, גרייט זיך, דער בורא פרייט זיך,
מיט די אידן אלע, כמשוש חתן על כלה.

שנעל און גיך, לויפט א שליח,
אין אלע לענדער און שטעט,
יאגט זיך צו, עס איז שוין שפעט.
פארן ציבור געט ער איבער, אז נאר אויף זיי מ'ווארט,
יעדן אן הזמנה, א חתונה קארט.

ער ווייסט, ווי יעדער הייסט,
ער האט אלע אדרעסן,
פון קיין איין איד נישט פארגעסן.
פון אלע תפוצות גאנצע קבוצות,
ער האט אפילו פרטים,
ווי ס'וואוינען די עשרת השבטים.

א חתונה א גרויסע, לעכטיג און שיין,
יהא לנו ולכל ישראל.
דער הייליגער חתן, דער באשעפער אליין,
די חשוב'ע כלה, כנסת ישראל.

סימן טוב ומזל טוב, א חתונה זאל מ'בויט,
מעורו של לויתן, פון זיין הויט.
א סעודה אנרעכטן, שור הבור שעכטן,
און יין המשומר, וועט זיך גיסן ווי מער.

שהחיינו וקיימנו, א חתונה מלא טעם,
אלע דורות קומען זיך צאם.
בערי יהודה, א רקידה,
די הייליגע אבות,
צוזאמען מיט די שבטים משולבות.

משה רבינו, אהרן הכהן, וועלן אונטערפירן,
די לווים וועלן מארשירן.
מוזיקאנטן, מיט טאלאנטן,
מיט א פרייליך לידל,
און דוד המלך מיט זיין פידל.

א חתונה א גרויסע, לעכטיג און שיין,
יהא לנו ולכל ישראל.
דער הייליגער חתן, דער באשעפער אליין,
די חשוב'ע כלה, כנסת ישראל.

סימן טוב ומזל טוב, עתיד כביכול,
מיט די כלה "לעשות מחול".
א מצוה טאנץ, מיט א גלאנץ,
א לאנגע גארטל, א גאלדענע קייט,
דער כלל ישראל וועט טאנצן מיט פרייד.

טאנץ און זינג, לויב און שפרינג,
אין א קיילעכדיגן רינג,
נערים וזקנים, אלט און יונג.
אן קיין שנאה, אן קיין קנאה,
אויף די העכסטע בחינה,
נהנה צו זיין מזיו השכינה.

די תנאים, אמוראים, וועלן זיין מגלה,
"כֵּיצַד מְרַקְדִין לִפְנֵי הַכַּלָה".
רַבִּי יְהוּדָה בַּר עִלָאִי, מַיִט א בַּד שֶׁל הָדָס,
רב שמואל בר יצחק מְרַקֵד אֲתְּלַת.

מיט טיפע כוונות, דברי בדחנות,
דער ראפשיצער וועט זאגן מיט זיין השקפה.
אויף די חסדים לויבן, גאר געהויבן,
דער זיווג איז טאקע עולה יפה.

א חתונה א גרויסע, לעכטיג און שיין,
יהא לנו ולכל ישראל.
דער הייליגער חתן, דער באשעפער אליין,
די חשוב'ע כלה, כנסת ישראל.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection