סעודה'ניו
יאסעלע ראזענבלאט
Original Track
Cover Tracks
לחן: יאסעלע ראזענבלאט (תרפ"ו) | אידישע לידער - יוסף משה כהנא
זאגזשע רבי'ניו, וואס וועט זיין ווען משיח וועט קומען?
ווען משיח וועט קומען, וועלן מיר מאכן א סעודה'ניו.
וואס וועלן מיר עסן אויף דעם סעודה'ניו?
דעם שור הבור, מיטן לויתן,
דעם שור הבור, מיטן לויתן.
דעם שור הבור מיטן לויתן וועלן מיר עסן, אויף דעם סעודה'ניו.
וואס וועלן מיר טרינקען אויף דעם סעודה'ניו?
דעם יין המשומר, דעם יין המשומר.
דעם יין המשומר וועלן מיר טרינקען, דעם שור הבור מיטן לויתן וועלן מיר עסן, אויף דעם סעודה'ניו.
ווער וועט אונז תורה זאגן אויף דעם סעודה'ניו?
משה רבינו, משה רבינו.
משה רבינו וועט אונז תורה זאגן, דעם יין המשומר וועלן מיר טרינקען, דעם שור הבור מיטן לויתן וועלן מיר עסן, אויף דעם סעודה'ניו.
ווער וועט אונז בענטשן אויף דעם סעודה'ניו?
אהרן הכהן, אהרן הכהן.
אהרן הכהן וועט אונז בענטשן, משה רבינו וועט אונז תורה זאגן, דעם יין המשומר וועלן מיר טרינקען, דער שור הבור מיטן לויתן וועלן מיר עסן, אויף דעם סעודה'ניו.
ווער וועט אונז נבואה זאגן אויף דעם סעודה'ניו?
מרים הנביאה, מרים הנביאה.
מרים הנביאה וועט נבואה זאגן, אהרן הכהן וועט אונז בענטשן, משה רבינו וועט אונז תורה זאגן, דעם יין המשומר וועלן מיר טרינקען, דעם שור הבור מיטן לויתן וועלן מיר עסן, אויף דעם סעודה'ניו.
ווער וועט אונז שפילן אויף דעם סעודה'ניו?
דוד המלך, דוד המלך.
דוד המלך וועט אונז שפילן, מרים הנביאה וועט נבואה זאגן, אהרן הכהן וועט אונז בענטשן, משה רבינו וועט אונז תורה זאגן, דעם יין המשומר וועלן מיר טרינקען, דעם שור הבור מיטן לויתן וועלן מיר עסן, אויף דעם סעודה'ניו.
ווער וועט אונז חכמה זאגן אויף דעם סעודה'ניו?
שלמה המלך, שלמה המלך.
שלמה המלך וועט אונז חכמה זאגן, דוד המלך וועט אונז שפילן, מרים הנביאה וועט נבואה זאגן, אהרן הכהן וועט אונז בענטשן, משה רבינו וועט אונז תורה זאגן, דעם יין המשומר וועלן מיר טרינקען, דעם שור הבור מיטן לויתן וועלן מיר עסן, אויף דעם סעודה'ניו.
