Download PDF

שלום עליכם משיח

יונגערליך

Original Track

שלום עליכם משיחיונגערליך5:14

לחן: ר' יונה ליפשיץ | מילים: מאטי אילאוויטש | יונגערלעך 4 (תשפ"ה)

אליין אויפן וועג,
אין די לאנגע גלות טעג,
משיח ער שטייט און ווארט ביז גאר,
כמעט שוין צוויי טויזנט יאר.

זיין שופר איז גרייט,
מיטן אייזל ער שטייט.
ער קוקט שוין ארויס,
ווען לייז איך זיי אויס,
ס'זאל שוין זיין יְהֵא שְׁמֵיהּ רַבָּא.

ווען פלוצלינג פון דער ווייט,
משיח אליין ער רייט,
ער וועט אויפבינדן די גלות קייט,
מיר אלע ווערן באפרייט.

צום אדלער א געלויף,
מיר פליען צום באשעפער'ס הויף,
מ'טאנצט, מ'שפרינגט,
מ'שרייט, מ'זינגט, משיח ברוך הבא.

שלום עליכם משיח,
מיר האבן זיך געבענקט.
עליכם השלום אידעלעך,
עטס האטס מיר געברענגט.

קומטס נאר כלל ישראל,
אהיים פונקט ווי אמאל,
אין אונזער היים, ירושלים,
יא, יא, יא, איך בין שוין דא.

שלום עליכם משיח,
מיר האבן זיך געבענקט,
עליכם השלום אידעלעך,
עטס האטס מיר געברענגט.

מֵאַרְבַּע כַּנְפוֹת,
אויפן טאטנ'ס שויס,
אין אונזער היים, ירושלים,
יא, יא, יא, ברוך הבא.

ס'איז יו"ט אויף דער וועלט,
אויך די חיות אויפן פעלד.
די פייגל פון אויבן, די פיש פון ים,
זיי טאנצן מיט די בערג צוזאם.

אלעס שפראצט פון בוים,
און די זון כְּחוֹם הַיוֹם.
און די הימל בלייבט שטיין,
באגלייט אונז אריין,
אין ירושלים הבנויה.

מ'שעכט דעם שׁוֹר הַבָּר,
און פון יַיִן הַמְשׁוּמָר,
משיח אליין פאר יעדן טיילט,
דער פשט פונעם גלות ער דערציילט.

די ניסים יעדער זעט,
תְּחִיַית הַמֵתִים געשעט.
א קָרְבַּן תּוֹדָה עס ברענט,
מ'פאטשט מיט די הענט,
אָשִׁירָה לַה' כִּי גָאֹה גָאָה.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection