איך פאָר אהיים
יום טוב עהרליך
Original Track
לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך (תשכ"ח) | ערליכע ניגונים - ירמי' דמן (תש"ע)
פוילן, פוילן, פוילן, פוילן, פוילן, פוילן.
ברוך השם געקומען שוין קיין פוילן,
איך נעם די פעק און וויל פון טרעין אראפ.
שטייט א פאלאק און ער טוט באפוילן,
אידן זאלן היטן זיך די קאפ.
פוילן איז א לאנד נאר נישט פאר אידן,
אידן וועלן דא נישט קאנען זיין.
פול איז זי מיט שונאים און באנדיטן,
עס איז א לאנד פון צרות און פון פיין.
די פריינט געטויט, ס'איז נישט געבליבן קיינער,
די הויז פארברענט, געבליבן מער נישט שטיינער.
איך בינד די פעק, איך שלעפ די זעק,
און פאר אוועק, צוריק אין וועג,
איך פאר אן זין, אהער אהין, ווער ווייסט וואו אהין.
איך פאר אהיים, איך פאר אהיים,
איך פאר אהיים, איך פאר אוועק,
איך פאר אוועק אין גרויסן לאנגן וועג.
איך פאר אהיים, איך פאר אהיים, איך פאר אהיים,
איך פאר אוועק, איבער שטעט און שטעטלאך אָן אַן עק.
דערפעלאך גאר אן א שיעור, קוקן אזוי בייז אויף מיר,
בריקעלאך, אייזערנע פלויטן,
יאגן איינער נאך דעם צווייטן.
שטעטאלאך פעלדאלאך, דערפאלאך, וועלדאלאך,
און אינמיטן שטייט א בוים, איך פאר אהיים.
טשעכן טשעכן טשעכן טשעכן,
טשעכן טשעכן טשעכן טשעכן.
דער טשעך האט אונז באגעגנט מיט א צארן,
און גע'עצה'ט ווייטער גיין אין וועג.
אין דייטשלאנד איז דאך אנדערש נישט געווארן,
באראקן פול מיט הונגער און מיט שרעק.
דער אונגאר פאר'סמ'ט פון זיינע שכנים,
ער האט זייער ליב אידישע געלט.
דער פראנצויז, ער לאכט צו יעדן איינעם,
און א מעסער האלט ער זיך פארשטעלט.
אין אמעריקע האט מען משפחה,
אפשר וועט זיין דארטן מיט הצלחה.
איך צייל די טעג, איך פאר אוועק,
צוריק אין וועג, איך פאק די פעק,
איך פאר אוועק, איך פאר אוועק,
צום צווייטן ברעג.
איך פאר אהיים, איך פאר אהיים,
איך פאר אהיים, איך פאר אוועק, איך פאר אוועק,
אין גרויסן לאנגן וועג.
איך פאר אהיים, איך פאר אהיים, איך פאר אהיים,
איך פאר אוועק, איבער ברייטן וואסער אָן אַן עק.
עס פארט די שיף ארויף אראפ,
עס נאגט די הארץ, עס ברעכט די קאפ.
עס ווארפט אהער, עס ווארפט אהין,
ווער ווייסט וואו אהין, ווער ווייסט וואו אהין.
עס קאכט די וואסער מיט א שוים,
איך קוק אין רוים, און וועב א טרוים.
איך ליי און בארג און זארג,
און זארג און הער, ניו יארק.
ביזנעס ביזנעס ביזנעס ביזנעס,
הארי-אפ הארי-אפ.
א געטומל, שטענדיג א געפילדער,
שטענדיג לויפט מען ווי עס וואלט געברענט.
איך קוק אויס אינגאנצן ווי א ווילדער,
די שיך צעעפנט, ארויסגערוקט די העמד.
און דער היפי ווארפט א מרה שחורה,
און די פריצות מאכט אייך צו שאנד.
און די נאציס וואקסן גאר אן מורא,
און די שחורים הייבן אויך א האנט.
אין ארץ ישראל וועט מען פארן,
מען דערציילט אז דארט איז גוט געווארן.
איך פאר אהין אין דערפל דארט,
מען וועט זיך מאכן דארט אן ארט,
א שטיקל ברויט מיט מילך א קווארט,
מען פארט, מען פארט.
איך פאר אהיים, איך פאר אהיים,
איך פאר אהיים, איך פאר אוועק,
איך פאר אוועק אין גרויסן לאנגן וועג.
איך פאר אהיים, איך פאר אהיים, איך פאר אהיים.
איך פאר אוועק, אנטקעגן קומען אידן אויפן וועג.
איך גיב אויף זיי א מאדנעם בליק,
זאגט פארוואס פארט איר צוריק.
ענטפערט מען מיר טרויעריג,
נישט דא קיין גליק, נישט דא קיין גליק.
פראבלעמען שווערע אן א צאל,
און אז מען ווערט קראנק אמאל,
שרעקט מען זיך אריינצוגיין אין א שפיטאל.
גלות גלות גלות גלות, גלות גלות גלות גלות.
אינמיטן וועג איך שטיי מיר איינגעבויגן,
און איך ווייס נישט וואו אהין צו גיין.
און מיט הייסע טרערן אין די אויגן,
בעט איך ביי דעם אייבערשטן אליין.
זעסט דאך אז ס'איז אומעטום א מורא,
דער איד ער האט קיין ארט נישט אויף דער וועלט.
און דו האסט, באשעפער, נישט קיין ברירה,
נאר גיב אים אפ זיין לאנד און זיין געצעלט.
