Download PDF

א ישועה'לע

מרדכי ווערדיגער

Original Track

א ישועה'לעמרדכי ווערדיגער5:58

Cover Tracks

S0213 - א ישועה'לע (2)5:55
S0213 - א ישועה'לע - מרדכי בן דוד6:31

לחן ומילים: ר׳ יום טוב עהרליך (תשל"ז) | איך האב געווארט - מרדכי ווערדיגער (תשמ"ב)

שוין צוויי טויזנט יארן,
פון צער און פון צארן,
אין גלות צו שאנד און צו שפאט.
געבליבן אן כח,
געבליבן אן מח,
אלעס פארלוירן מ׳האט.

פון היימען פארטריבן,
עלנד געבליבן,
מען האט נישט קיין ביסעלע גליק.
האט מען זיך גענומען,
און מ׳איז געקומען,
אין לאנד פון די אבות צוריק.

ס׳קוקן די אבות,
מ׳הערט די מחשבות,
אידן מ׳קומט אן א צאל.
ס׳איז אנדערע אידן,
מיט אנדערע זיטן,
ס׳איז נישט דער איד פון אמאל.

מ׳ווייסט נישט פון בורא,
מ׳היט נישט זיין תורה,
מען מיינט אז ס'איז שוין די צייט.
אז דאס איז די רפואה,
אז דאס איז די ישועה,
עס איז אבער נאך זייער ווייט.

מען דארף נאך א ישועה׳לע,
טאקע די טעג.
מען דארף נאך א רפואה׳לע,
פאר די פארלוירענע אין וועג.
פון גלות פון דעם ביטערן,
מ׳איז פון אונז אוועק.
אז אלע גלידער ציטערן,
די הארץ איז פול מיט שרעק.

ווען וועט ער שוין קומען דער נביא,
וואס וועט פאר אונז זאגן א ווארט.
און ווער עס וועט עס נאר הערן,
וועט תשובה טון באלד אויפן ארט.

מען דארף נאך א ישועה׳לע,
דער פאלק איז נישט געזונט.
מען דארף נאך א רפואה׳לע,
פארהיילן אונזער וואונד.

ס׳איז אוועק פילע יארן,
ס׳איז אנדערש געווארן,
די לאנד האט אן אנדער מין בליק.
פון נאנט און פון ווייטן,
און פון אלע זייטן,
מען קומט צום באשעפער צוריק.

בעלי תשובות עס ווערן,
זיי טוען זיך מערן,
די גאנצע וועלט רעדט שוין פון דעם.
יעדן טוט פרייען,
מען הערט ריידען נייע,
פון תורה און יראת ה׳.

די וועלט איז צעבראכן,
די וועלט איז צעקראכן,
איינער דעם צווייטן האט פיינט.
זיי קוקן מיט קנאה,
זיי קוקן מיט שנאה,
אידן מען וואקסט און מען שיינט.

און אידן אן מורא,
וואס היטן דעם תורה,
זיי ווערן אלס מער אלע יאר.
דאס הארץ טוט אונז זאגן,
עס הייבט שוין אן טאגן,
די ישועה איז נאנט ביז גאר.

עס קומט שוין די ישועה׳לע,
טאקע די טעג.
עס קומט שוין די רפואה׳לע,
פאר די פארלוירענע אין וועג.
מ׳דארף נישט קיין סאלדאטן מער,
און נישט קיין אפיצער,
ווייל אין שול די גאנצע מיליטער,
דער תהלים איז דער געווער.

ווען דער באשעפער וועט קומען און ווייזן,
א שטראל פון זיין ליכט.
און אלע אידן די פרייע,
וועלן פאלן אויף זייער געזיכט.
און טרערן וועלן גיסן זיך,
ווי קוואלן פון דעם מח,
ווען זיי וועלן דערוויסן זיך,
פון דעם באשעפער אין דער הויך.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection