אני מאמין
ליפא שמעלצער
Original Track
לחן: ר' עזריאל דוד פאסטוג הי"ד | מילים: ליפא שמעלצער | לטובה (תשע"ו)
דער באן זיי עס פירט,
א טויט שרעק מ'שפירט,
שוין נישט געגעסן עטליכע טעג,
מ'פירט זיי יעצט קיין אוישוויץ אויפן וועג.
זינגט זיך א איד, ווען דער רשע אויף אים האַסט,
א ניגונ'דל, וואס ער אליין האט דאן פארפאסט.
דער גאנצער באן זינגט מיט,
ער וויינט גארנישט אליין,
עס וויינען מיט די ווענט, די ערד און יעדע שטיין.
נישטא וואס צו שלינגען,
קוים קוים כח צו זינגען,
עס וויינט מיט דער גאנצער ציבור,
א ניגון לאזן מיר דא איבער.
די לידעלע וואס האלט,
און הימלען עס שפאלט,
לאמיר זינגען אני מאמין.
אין פייער און פלאמען,
געבלוטיגט האט ימ'ען,
פון ברידער, שוועסטער, טאטע מאמען,
און דאך געשריגן אני מאמין.
טאטע, קוק זיך דא אים,
אין מיינע שווערסטע רגעים,
עם כל זה אני מאמין.
תחיית המתים, שטייט דאך שוין ביים ברעג,
זיך טרעפן מיט די הייליגע אפשטאמען.
ואף על פי, מען זעט נאכנישט קיין עק,
עם כל זה אני מאמין.
עס ציטערט יעדע נשמה,
ס'איז היינט א פרישע מלחמה,
שרעקליכע נייעס הערט מען איבעראל,
אין חוץ לארץ אין ארץ ישראל.
די שוידערליכע טראגעדיעס,
די באמבעס וואס שיסן,
טייכן טרערן, טייכן בלוט זיי גיסן.
נישט קיין שמירה, נישט קיין פאליטיק,
זעט יעדער איין אזוי,
נאר דער בורא, אין עוד מלבדו.
די חתונה זאַלן,
אויף פיצלעך געפאלן,
אן העליקאפטער אין פייער עס פאלט,
א יונגערמאן ער גייט אויס אין וואלד.
בנינים פון גרעסטן כח,
אפילו הונדערט צען שטאק הויך,
אין סעקונדעס צעפיצלט, פארברענט מיט עראפלאנען.
אין פייער און פלאמען,
געבלוטיגט האט ימ'ען,
פון ברידער, שוועסטער, טאטע מאמען,
און דאך געשריגן אני מאמין.
בביאת המשיח, בביאת המשיח אני מאמין.
טאטע, טאטע, הער אונז שוין צו,
בעטן מיר בְּיִרְאָה וּבְאֵימָה.
ואף על פי, נישט זוכה געווען דערצו,
ווארטן מיר אויף די גאולה שלימה.
אידאלעך, גרייט אייך, ברידערלאך, פרייט אייך,
צו תחיית המתים וועט מען זוכה זיין.
יתומים מיט אלמנות, מער נישט קיין רחמנות,
דער יתום טרעפט דער טאטע,
די אלמנה טרעפט איר מאן.
און אלע יתומים און אלע אפשטאמען,
וועלן זיך טרעפן נאכאמאל צוזאמען.
טרערן פון שמחה וועט מען גיסן ימ'ען,
בתחיית המתים, אני מאמין.
בתחיית המתים, אני אני מאמין,
אני אני מאמין, באמונה שלימה.
בתחיית המתים, אני אני מאמין,
אני אני מאמין באמונה שלימה.
אליהו הנביא קומט דאך שוין צו רייטן,
אט אט מען זעט שוין משיח פונדערווייטן.
מיר וועלן אהיימגיין, ברידערלעך צוזאמען,
בביאת המשיח אני מאמין.
