Download PDF

א נעסט

יונתן שווארץ

Original Track

א נעסטיונתן שווארץ6:20

לחן: ר' הלל פלאי | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטער איד (תשס"ו)

גייסט אמאל אין די גאס און זעסט,
אויף א הויכע בוים שטייט א נעסט.
די מאמע איז דאך אין א שרעקליכן געפאר,
זי האט אזויפיל צער.

זי דרייט זיך ארום אזוי ווייעדיג,
איר נעסט איז דאך נעבעך ליידיג.
אירע קינדער זענען קוים, קוים געבוירן,
זיי זענען שוין פון איר פארלוירן.

און פלוצלינג, פארציטערט זי ווערט,
א ביטער געוויין זי הערט.
זי דערקענט דעם קול זייער גוט,
און מיט זיי וויינט זי מיט.

פול מיט חיות זענען זיי ארומגענומען,
זיי ווילן שוין צוריק אהיימקומען.
זיי קענען נאכנישט פליען, נאר וויינען,
צוריק אין נעסט צו ערשיינען.

מיין קינד, מיין קינד, ביסט טאקע אין געפאנג,
איך זאג דיר צו, ס'וועט נישט נעמען לאנג,
און איך וועל דיך אויפהייבן אויף מיין פליגל,
צוריק אהיים צו דיין וויגל.

די מאמע איז דער שׁוֹכֵן מְעוֹנָה,
כְּנֶסֶת יִשְׂרָאֵל נִמְשְׁלוּ לְיוֹנָה.
די נעסט איז דער בית המקדש פון אמאל,
די קינדער זענען כלל ישראל.

געזעסן אינאיינעם מיט די שכינה,
כְּנֶשֶׁר יָעִיר קִינוֹ.
ומפני חטאינו, צוליב אונזער זינד,
ווי ווייט איז היינט די מאמע פון איר קינד.

ווי הערליך שיין איז געווען צוזאמען,
ווען קינדער זיצן מיט די מאמען.
און ווי ביטערליך א קינד שפירט,
ווען א מאמען מ'פארלירט.

אין דיין תורה שטייט דאך קלאר די עניינים,
לֹא תִקַח הָאֵם עַל הַבָּנִים.
ווייל נאר א מאמע קען דאס גוט פארשטיין,
ווי שווער ס'איז פאר א קינד צו זיין אליין.

איז חוּסָה נָא עַל בֶּן אֲהוּבֶךָ,
מאמע, נאך ווי לאנג, ווי לאנג נאך.
וְכַנָה אֲשֶׁר נָטְעָה יְמִינֶךָ,
וְעַל בֵּן אִמַצְתָּ לָךְ.

מיט שבעים אומות זענען מיר ארומגענומען,
מיר ווילן שוין צוריק אהיימקומען.
און מיר קענען נאכנישט פליען, נאר וויינען,
צוריק אין נעסט צו ערשיינען.

אן הבטחה פון דעם יושב מרום,
מיין קינד, איך האב געהערט דיין געשריי.
וָאֶשָׂא אֶתְכֶם עַל כַּנְפֵי נְשָׁרִים,
וְאָבִיא אֶתְכֶם אֵלָי.

מיין קינד, מיין קינד, ביסט טאקע אין געפאנג,
איך זאג דיר צו, ס'וועט נישט נעמען לאנג,
און איך וועל דיך אויפהייבן אויף מיין פליגל,
צוריק אהיים צו דיין וויגל.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection