אתה הראת
מיכאל שניצלער
Original Track
לחן ומילים: ר' פנחס מרדכי וועבער | לעבעדיגע ספרי תורה (תשפ"א)
עס פליען ארום די טויבן,
צעבראכענע שויבן,
מיט ברעטער פארנאגלט,
פארוויסט און פארוואגלט,
אן אויסגעשפילענע,
שטייט זי אין ווילנע,
די שול.
זי ווארט אויף מלחמה איבערלעבער,
זי וויל שוין זיין דער גאסטגעבער,
אבער קוים א מנין פארבליבן,
זיך צוזאמענגעקליבן,
שמחת תורה ביינאכט,
נאכן קריג אפגעשוואכט,
אין שול.
מען הייבט שוין אן, אַתָּה הָרְאֵתָ לָדַעַת,
איעדנס אויגן פון טרערן איז נאס,
דער גבאי, ער גייט שוין צום ארון הקודש,
ארויף די דריי שטיגן,
טראכט שוין וואס וועט זיין דער ערשטער ניגון.
ער עפנט פון ארון הקודש די צוויי טירעלעך,
ער הייבט אן וויינען, עס רינען טרערן צוויי שנירעלעך.
א ווידערקול קלאפט אים צוריק אין פנים,
כאילו עס זאגט אים שרייעדיג,
קוק נישט אריין אין מיר, ווייל איך בין ליידיג.
דער גאנצער עולם פארגליווערט,
שאקירט און פאר'מח'ט,
ס'איז שא שטיל און מען הערט ווי יעדער בוכה'ט,
אוי רבונו של עולם, שטייען מיר פארלוירן,
צעבראכן אינגאנצן,
נישטא קיין ספר תורה, מיט וואס גייען מיר טאנצן.
פלוצלינג באמערקט מען
דריי קליינטשיגע קינדערלעך,
פון די גאנצע שטאט,
נאר זיי איבערגעלעבט אזוי וואונדערליך.
זייער פנים פארציילט נעבעך אזויפיל,
מיר זענען כשר'ע ספרי תורות אן קיין פסול,
שרייען זיי מיט הייסע טרערעלעך.
מיר וועלן זיין ענקערע ספרי תורות,
מיט אונז וועט מען צוריקבויען די קומענדיגע דורות.
אנשטאט די ספרי תורות, הייבט אונז אויף,
טאנצט מיט אונז ביזן הימל ארויף,
רייסט איין אז די קומענדיגע דורות זאלן בלייבן ערליך.
הייליגע קינדערלעך, קומטס, מיר וועלן אייך אויפהייבן,
און ווייזן פארן בורא אז מיר טוען נאך אין אים גלייבן.
כאטש מיר זענען דורך דעם גיהנום התחתון,
טאטע, טוען מיר פון דיר נאך טראכטן,
און טאנצן פאר דיר אפילו עס קומט אן שווערליך.
אין דעם טונקעלן קאלטן שול, דעם עולם השפל'ע,
זענען זיי שוין גרייט צו טאנצן די ערשטע הקפה'לע.
עס ווארטן שוין די עלטערן,
די קדושים דארט, אין די הויכע עולמות,
ווען מיר טאנצן מיט זייערע קינדערלעך, די הייליגע נשמות.
ווער קען דען שאצן די שמחה אין שול ווי ווייט ס'איז,
מיר גייען טאנצן א נקמה אין די פינסטערע נאציס.
דער בעל תפילה ר' נחום דרייט זיך אויס,
און זאגט רבותי, מיט טרערן הייסע,
לכבוד די הייליגע ספר תורה'לעך הייבן מיר נאכאמאל אן אַתָּה הָרְאֵתָ.
אַתָּה הָרְאֵתָ לָדַעַת, כִּי הַשֵׁם הוּא הָאֱלֹקִים, אֵין עוֹד מִלְבַדוֹ.
אַתָּה בְּחַרְתָּנוּ, אָהַבְתָּ אוֹתָנוּ,
אין צער און אין ליידן, אין גליק און אין פריידן,
די אהבה צווישן אונז ביידן,
קען קיינער נישט שיידן, קיינמאל.
טאטע, אונזער אויסלייזער,
קוק ווי דיין קינד, נאך געטריי איז ער,
אזויפיל טרערן געזען האט ער, געווארן גאר נענטער,
זאג דו טאטעניו, מי כעמך ישראל.
פאטער אין הימל, צייגן פאר דיר איצט וועל איך,
דערמאן דיך אין ווילנע,
די צעבראכענע קינדער גאר פיצעלעך.
זיי האבן צוריקגעבויט דיין חלום, נאך שענער ווי אמאל,
קוק וויפיל טויזנטער קינדערלעך שרייען שמע ישראל.
צי וואלסטו זיי דען אויפגעטוישט
פארן בעסטן פאלק אפילו,
קוק דעם שיינקייט פון דיין עם סגולה.
ישיבות, חדרים, כוללים,
טוען לייכטן אין דעם גלות דעם טונקעלן,
מען הערט דעם קול תורה אין אלע ווינקעלען.
הייליגער באשעפער, הָקֵל הַגִבּוֹר,
שוין אזויפיל שמחת תורה'ס זינט דאן זענען פאראיבער,
מיר האבן דיך קיינמאל נישט פארלאזט,
קוק וויפיל ספר תורה'לעך היינט דו האסט,
א אידישן חן, מה נעים גורלינו ומה יפה.
א שאלה פון דיר פרעגן לכאורה וועל איך,
ווען וועסטו שוין טאנצן מיט דיינע ספרי תורה'לעך.
זעקס טויזנט יאר איז דען נישט צופיל,
וויפיל איז דער שיעור, טאטע, וויפיל.
אוי ווען וועסטו שוין טאנצן מיט דיין קינד די זיבעטע הקפה.
מיין טייער קינד, איך הייב דיך שוין אויף אט ווידער,
ווי שיין וועט דאס זיין
ווען איך וועל נאכאמאל טאנצן מיט דיר,
דיין ישועה איז דא,
ס'הענגט נאר אויף א פאדעם א דינעם,
נאך אביסעלע אחדות, נאך אביסעלע אהבת חינם.
אין גן עדן דעם טיר פון ארון הקודש איך עפן,
מיט אלע קדושים וועסטו, מיין קינד,
זיך נאכאמאל טרעפן.
מיט זיי אינאיינעם קיין ירושלים גיין,
און יעדער וועט זינגען אזוי,
אַתָּה הָרְאֵתָ לָדַעַת, כִּי הַשֵׁם הוּא הָאֱלֹקִים, אֵין עוֹד מִלְבַדוֹ.
