בייגעלע
לוי פאלקאוויטש
Original Track
Cover Tracks
אין שטוב אינעם הייליגן הויף,
ביים צדיק ר' הערשעלע זידיטשוב,
ס'איז טונקל, אין זיין ווינקל,
דאס לעכטעלע ברענט און צאנקט,
ער לערנט תורה אויף זיין קול מיט א געזאנג.
מ'שפירט אין הויז דאס דחקות און קלעם,
נאר פארנומען מיט עבודת השם.
קיין ברויט, עפעס עסן אויפן טיש,
געפינט מען נישט.
ווען פלוצלינג, דער צדיק הערט,
א געוויין וואס נאר העכער ווערט.
זיין טאכטערל בעט,
אירע אויגן ער זעט, פארטרערט.
פון הונגער איך גיי שוין אויס,
ברענג עפעס עסן אין הויז.
א בייגעלע קויף פאר מיר,
אין מארק גיי ארויס.
מיין קינד, נעם אין אכט,
יעצט איז טונקל אינמיטן די נאכט.
ס'איז ביי מיר נישט קיין שאלה,
די געשעפטן זענען אלע, פארמאכט.
ווען לעכטיג וועט ווערן צופרי,
נשמה'לע, זאג איך דיר צו,
איך וועל לויפן, דיר קויפן,
מחיה זיין, נאך ווי.
טאטע, אפילו אינדרויסן איז פינסטער און שווארץ,
דווקא יעצט דערקוויק מיר מיין הארץ.
איך ווייס דערפון, ווען שיינען די זון,
מיין הונגער שטילן וועסטו,
אבער טאטע, יעצט איז די קונץ, נישט מארגן צופרי.
דער צדיק ווענדט זיינע הייליגע אויגן צום הימל גלייך,
באשעפער, דיינע קינדערלעך בעטן דאך די זעלבע זאך.
מיר ווייסן אזוי, לעתיד לבא, וועט זיין א שפע אן א צאל,
אבער ביז אהין אזויפיל ישועות דארף כלל ישראל.
פול מיט פלאג, פול מיט צער,
מאכט מען מיט אין דעם גָלוּת הֲמַר.
הַבֵּט וּרְאֵה, טאטע געטריי, אין אונזער געפאר.
באשעפער, דיין פאלק זי שטייט,
אין חשכות אין טונקלקייט.
דאס הארץ צעבראכן,
פארקלעמט, ס'בעט און ס'שרייט.
טאטע, אבינו אב הרחמן המרחם,
באלייכט שוין אויף דאס אידישע היים.
יעדע איד דארף, א שפע רב, פרנסה, נחת און געזונט,
עפן די טויערן און געב השפעות פאר דיין קינד.
טאטע, מיר זענען דאך ביי דיר אזוי געשעצט,
באווייז דיינע וואונדער פאר אונז, די קונץ איז דאך יעצט.
שֶׁתְּרַחֲמֵנִי עוֹד בְּגָלוּתִי לְגָאֳלֵנִי,
אין גלות אין אונזערע טעג בימינו.
