Download PDF

ביימעלע

יוסף משה כהנא

Original Track

ביימעלעיוסף משה כהנא5:21

א מלך האט אמאל א ביימעלע געהאט,
געדארפט צו פארן אויף א שטיק צייט.
זיין טייער קינד, געבעטן זייער,
זיי אויפן בוים א שומר א געטרייער.
היט מיין אוצר, איך פארלאז מיך אויף דיר,
נישטא חשוב'ער פון איר.

די יארן לויפן, ער טוט זיך אומקוקן,
באגיסט דאס ביימעלע, נישט ווערן פארטריקנט.
מיט טייערע רויזן, ארומגענומען,
פון אלע זייטן, שמעקעדיגע בלומען.
בלעטעלעך, צווייגעלעך, אזוי געראטן,
אזא שיינע שאטן.

ווינטן בלאזן, ווילדע גראזן,
ווילן דאס ביימעלע פאר'מיאוס'ן,
בלעטער ארויסגעריסן.
בייזע ווינטן האבן געשטראמט,
ארום און ארום גוט פארצוימט.

ויהי היום, ער זיצט ביים בוים,
געקומען שווערע צייטן,
גזלנים פון אלע זייטן.
מ'האקט, מ'טרעט, ער שרייט און בעט,
לאז אפ דעם בוים פון מיין טאטן.

האבן זיי געלאכט, חוזק געמאכט,
מיט קייטן די הענט אים פארבינדן.
איינער צווייגן געריסן, א צווייטער געשמיסן,
א דריטער א פייער אנגעצונדן.

די בלעטעלעך די שיינע,
די רויזן די פיינע,
פארברענט, צוזאמען מיט די צווייגן.
זיין פלאג, זיין כח, פארגייט אין רויך,
און ער מוז נעבעך שווייגן.

טאטע, טאטע, קום שוין צוריק,
לְמַעַן לֹא נִיגַע לָרִיק.
איידער עס גייט חלילה צוגרונד,
האב רחמנות אויף דיין קינד.

זיך געטרייסט מיט די קערעלעך וואס איז געבליבן,
פון אונטער די אש צאמגעקליבן.
מיט טרערן באגאסן, מיט בלוט איינגעזייט,
פארגרעסערט און פארשפרייט.

דער טאטע איז אבינו בשמים,
דאס ביימל, די תורה עץ החיים.
דער בוים וואס געט א טעם אין לעבן,
פארן בעסטן שומר געגעבן.
טויזנטער יאר ווי ער שטייט אויפן וואך,
קיינמאל נישט געווארן שוואך.

אין וועלדער פארשטעקט, אין סיביר פאררוקט,
געטראפן א בלעטל, מיט דעם זיך דערקוויקט.
אין פינסטערן קעלער, אויפן ערד דעם קאלטן,
נאר מיט די תורה זיך געהאלטן.
וויפיל מסירות נפש עס האט געקאסט,
קיינמאל נישט פארלאזט.

אין אלע זמנים, אויף שרעקליכע אופנים,
גוים אונז פארבינדן די הענט,
וויפיל גמרות זענען פארברענט.
שולן אנגעצונדן, ישיבות פארמאכט,
פון אונזערע צרות אויסגעלאכט.

אין פייער געשפרונגען און ווייטער געזונגען,
דעם זיסן קול התורה.
די ביסל וואס איז געבליבן, זיך צאמגעקליבן,
היטן די אידישע מסורה.

אין תפיסה אויסגעצויגן, א פעדער מיט א בויגן,
געשריבן חידושים און פארראכטן.
אין פארפרוירענע לענדער, הונדערטער בענדער,
דעם גאנצן גלות באלאכטן.

טאטע, טאטע, קום שוין צוריק,
לְמַעַן לֹא נִיגַע לָרִיק.
איידער עס גייט חלילה צוגרונד,
האב רחמנות אויף דיין קינד.

בהאי שעתא, דער הייליגער טאטע,
אונז נעמען בְּצִילָא דִמְהֵימְנוּתָא.
פרייען מיט די בלעטלעך,
חידושים און פשעטלעך,
לערנען צוזאמען בחברותא.

חזו חזו, מלאכים קוקט צו,
צי האט איר נאך אויף זיי א טענה.
נאך אזויפיל גזירות, אזעלכע שיינע פירות,
עטס מעגטס זיי זיין מקנא.

מיין קינד, עס געהיטן בעסער ווי גאלד,
פירות פונקט ווי איך האב געוואלט.
איך האב געוואוסט איך קען זיך פארלאזן אויף דיר,
איך האב א תענוג אן א שיעור.

טאטע, טאטע, קום שוין צוריק,
לְמַעַן לֹא נִיגַע לָרִיק.
איידער עס גייט חלילה צוגרונד,
האב רחמנות אויף דיין קינד.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection