גלות
יום טוב עהרליך
Original Track
Cover Tracks
לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | א עהרליכע ליד - לוי פאלקאוויטש (תשפ"ד)
און ווען משה איז געקומען,
און מצרים איינגענומען,
האבן אידן אנגעפאנגען גוטע צייטן זען.
אלע פולע מיט עשירות,
און מיט שיינע, רייכע דירות,
און די מצרים זענען ביי זיי שכנים געווען.
און אידן, נישט צופרידן,
געליטן, געוואלט ווי שנעל ארויס.
גלות, אוי גלות,
אזוי פלעגן זיי רעדן.
מוחל דיינע גליקן,
און לאמיר זיך צעשיידן.
גענוג זיין אינאיינעם,
מיט די שלעכטע שכנים,
מיט האסן, מיט שפאסן,
מיט וויי טאן יעדן איינעם.
יעדן פאלק מען האט געגעבן,
א באזונדער לאנד צום לעבן,
און א הויז האט יעדן גלויבן,
זיין גאט צו לויבן.
נאר אליין דעם פאלק פון אידן,
זיצט אין גלות אומצופרידן,
און זיין גלויבן, זיינע זיטן,
קען ער נישט היטן.
גלות, גלות,
מ'קען שוין מער ביי דיר נישט לעבן.
גלות, גלות,
עס איז גענוג דיין גליק.
דער באשעפער,
האט זיי גלייך א הילף געגעבן,
און געבראכט זיי,
אין זייער לאנד צוריק.
עטליכע טויזנט יאר זענען פאראיבער פון יענע צייט,
ווידער איז דער איד היינט אין גלות,
מיט אט די שווארצע לייט.
אויך היינט לעבט מען ברוך השם,
מיט וואוילטאג און עשירות,
שיינע געשעפטן מיט שיינע דירות.
און מען טוט זיך קוויקן,
ווי א ווארעם עסט זיך איין אין כריין און קוועלט,
ער מיינט קיין זיסערע זאך איז נישטא אויף דער וועלט.
מען וויל גאר נישט טראכטן פון אונזער הייליגע לאנד,
וועלכער ליגט שוין יארן לאנג,
ביי חופשים אין האנט, צו שפאט און צו שאנד.
און ווערט דערשטיקט און דערדריקט,
פון ווייטאג און פארדרוס,
זי בענקט נאך די ערליכע אידן אן א ברעג, אן א מאס.
און זי בעט מען זאל מתפלל זיין פאר איר,
אזוי שנעל ווי איר קענט,
דער באשעפער זאל איר אויסלייזן פון די פרייע הענט.
אויפן הימל איז גרויסארטיג,
אלעס שטייט שוין גרייט און פארטיג,
משיח וויל שוין קומען,
און עס פעלט נאר א האר.
נאר איין שאלה טוט ער שטעלן,
ווי קען ער דען קומען וועלן,
אז דער גלות טוט דעם איד געפעלן ביז גאר.
ער בעט נישט, ער רעדט נישט,
ער מאנט נישט, אזוי.
גלות, אוי גלות,
ווי לאנג וועט מען נאך ליידן.
ווי לאנג וועלן זיך ציען,
די שלעכטע וויסטע צייטן.
גלות, אוי גלות,
ווי לאנג וועט מען נאך שמאכטן.
מ'קען שוין מער נישט דולדן,
מ'קען שוין מער נישט ווארטן.
און די צרות ווערן שווערער,
איין טאג פון דעם צווייטן מערער,
און דער הימל ווערט נישט קלארער,
גלות, אוי גלות.
און פאר אונזערע עקשנות,
צאלסטו אונז גאר אן רחמנות,
אלע טאג מיט מער סכנות,
און מער קרבנות.
גלות, גלות,
האסט אונז פרייהייט פיל געגעבן,
יעדער איינער, קען טאן וואס ער וויל.
גלות, גלות,
פאר דיין גוטן זיסן לעבן,
האבן אידן, באצאלט דיר זייער פיל.
גלות, אוי גלות,
מיר וועלן דיר געדענקען.
די שענסטע זון און טעכטער,
געטון האסטו אומברענגען.
גלות, אוי גלות,
דו האסט גענומען טרייבן.
יעדער איינער זעט שוין,
מ'קען ביי דיר נישט בלייבן.
אבער גיי פארהויב די פּאלעס,
און זיי זוכן די הצלות,
אוואו דו גייסט און וואו דו קומסט,
איז גלות, אוי גלות.
מ'קען פון גלות נישט אנטלויפן,
מער נישט נאר מיט אט דעם אופן.
צום באשעפער דארף מען לויפן,
זאגן און קלאגן.
באשעפער גרויסער,
דער גלות טוט אונז ארויסטרייבן.
לאזט נישט רוען, די צרות זענען גרויס.
באשעפער גרויסער,
מיר קענען דא שוין מער נישט בלייבן,
האב רחמנות.
טאטע טאטע, האב רחמנות,
נעם אונז שוין ארויס פון גלות.
משיח זאל שוין קומען,
און לייז אונז תיכף אויס.
