גלות
יוסף משה כהנא
Original Track
אין א וואלד א גרויסן,
פארווארפן און פארשטויסן.
פינסטער אן א עק,
עס פאלט דאך א פחד און א שרעק.
ס'רעגנט, ס'איז קאלט, בלאנדזשעט אין וואלד,
א קינד אליין.
דאס קליין קינד, זוכט אצינד,
וואו אהין צו גיין.
זי קוקט זיך אום,
חיות ארום און ארום,
אליין זי קריכט,
איר מאמען זי זוכט.
אין דער זייט, גארנישט אזוי ווייט,
די מאמע זי ליידט,
ווייל זי זעט,
ווי דאס קינד צו איר בעט.
די חיות זיי בייסן,
שטיקער זיי רייסן,
דאס קינד האלט נישט אויס,
זי וויינט, מאמע, איך וויל ארויס.
מאמע, מאמע, ווי לאנג וועל איך ליידן מיט שרעק,
פארוואס לאזטו מיך דא אליין,
וואו ביסטו אזוי לאנג אוועק.
מאמע, ליבע מאמע,
דיין איינציג קינד שרייט דא צו דיר,
מאמע, הער צו מיין געוויין,
צי האסטו דען פארגעסן פון מיר.
די מאמע טוט דאס קינד הערן,
און זאגט, וויש אפ דיינע הייסע טרערן.
צום קינד זי זאגט,
איך זע ווי דיר מ'שלאגט.
ביסט דאך שוין כמעט דורך דעם וואלד,
קומסט שוין אן צו מיר באלד.
ס'וועט קומען די ריכטיגע מינוט,
ס'וועט שוין זיין אלעמאל גוט.
מ'דערמאנט זיך אמאל, אין ארץ ישראל,
אוי ווי גוט איז געווען, אין אונזער היים,
מיט די שכינה הקדושה, די מאמע אינדערהיים.
וּמִפְּנֵי חַטָאֵנוּ גָלִינוּ,
אין א ביטערן גלות, עֲבָדִים הָיִינוּ,
שָׁם יָשַׁבְנוּ גַם בָּכִינוּ.
גלות, ווי גרויס ביסטו,
שכינה הקדושה, ווי ווייט ביסטו.
וואלט די גלות קלענער געווען,
וואלט די שכינה הקדושה נענטער געווען.
די מאמע זאגט, הער צו, מיין קינד,
איך בין אויך אין וואלד, צוליב דיינע זינד.
זאגט די קינד צו דער מאמען,
לאמיר וויינען ביידע צוזאמען.
די מאמע דעם קינד טרייסט,
באלד ווערסטו אויסגעלייזט,
צוזאמען מיט מיר אויפאמאל.
איך טו דיר צוזאגן,
דיך מער נישט פאריאגן,
פון דיין היים ארץ ישראל.
בקרוב וועט קומען די ריכטיגע שעה,
קול דודי הנה זה בא.
מיר וועלן שוין האבן אלעמאל מנוחה,
כי לה' המלוכה.
אידעלעך, אידעלעך, נעמט די פידעלעך,
זינגט’זשע פרייליכע לידעלעך,
די ישועה קומט שוין שנעל.
מ’הערט שוין די טריט, ס’קומט די מינוט,
משיח שטייט שוין ביים שוועל.
גענוג געיאגט, גענוג געפלאגט,
א וואלקן אלע אידן טראגט,
לְקִרְיְתָא דְיְרוּשָׁלֵים.
אוי ווי גוט, ס’קומט די מינוט,
מ’קומט שוין אן אהיים.
אלע אויפגעראכטן און באלאכטן,
דעם יצר הרע מיט זיין חברה געשאכטן,
והיתה המלוכה להשם.
אוי ווי גוט, ס’קומט די מינוט,
מ’קומט שוין אן אהיים.
די עשרת השבטים, מְלוּקָטִים,
קומען צו לויפן מיט איין אטעם,
צוזאמען מיט די שבעה רועים.
כי להשם, א מלוכה אינדערהיים,
ומושל בגוים.
כי לה המלוכה ומושל בגוים,
ומושל בגוים.
אוי ווי גוט, ס’קומט די מינוט,
מ’קומט שוין אן אהיים.
זאל שוין זיין די גאולה,
בעט דער עם סגולה,
נאך א קליינע תפילה,
משיח זאל שוין קומען.
לך השם הגדולה,
ביתך כבתחילה,
נאך שענער אפילו,
משיח זאל שוין קומען.
