Download PDF

גלות מצרים

מרדכי ווערדיגער

Original Track

גלות מצריםמרדכי ווערדיגער5:23

Cover Tracks

S0222 - גלות מצרים (2)5:51
S0222 - גלות מצרים - מרדכי בן דוד6:08

ביי פרעה אין מצרים, שווארצע קנעכט,
אין פינסטערניש געלעבט, ביטער און שלעכט.
דיינע וואונדער און דיין שטארקייט
האבן מיר דאן אלע געזען,
די ניסים וואס זענען דארט געשען.

א ציטערניש געפאלן אויף דער וועלט,
דער רוישיג ים און טייכן האבן זיך געשטעלט.
די דונערן, די בליצן, פלאקערן פון בארג סיני,
נאר פאר תורה, איז די וועלט כדאי.

א גאנצע וועלט באשאפן נאר פאר דיר,
און וואס דו דארפסט מיין קינד, בעט עס נאר פון מיר.
פארן נדן א מתנה קריגסטו דאס הייליג לאנד,
היט עס נאר גוט אפ, מיט דיין פארשטאנד.

די כלה אזוי איידל, שיין און גוט,
וועט באלייכטן דיינע וועגן, אלע דיינע טריט.
און חלילה אויב דו וועסט אמאל פארגעסן איר,
מיט בענקשאפט, וועט זי ווארטן דארט אויף דיר.

דעם בית המקדש דארטן אויפגעשטעלט,
א פראכט, א שיינקייט, פאר די גאנצע וועלט.
אבער נארישע קינדער,
מיר האבן זיך פארזינדיגט פאר דיר,
געוואלד, ווי מיר בענקען היינט נאך איר.

אזויפיל לאנגע יארן ביטער און שלעכט,
נישט ביי פרעה,
נאר ביי זיך אליין יעדער איז א קנעכט.
דעם אמת טיף אין הארצן ווייסן דאך מיר אליין,
רבונו של עולם, וואס איז מיט אונז געשען.

השיבנו השם אליך,
קער אונז שוין צוריק אין א גוטע שעה.
דיינע גרויסע וואונדער באווייז די פעלקער נאכאמאל,
דאס ליבשאפט פאר דיין איינציג קינד ישראל.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection