דאס לעצטע דוכנ'ען
מיכאל שניצלער
Original Track
Cover Tracks
געקומען איז ער אויף יום טוב צו זיין זון,
דער רב צייגט אים א פלאץ, ער זעצט זיך אהין.
איינגעבויגן מיט זיין מחזור'ל דעם קליינעם,
א איד, ער איז שוין פון די זקנים,
א שטילער, אן איידעלער, אינעם דאווענען אריינגעטון.
ביי מוסף ותערב דער עולם זאגט מיט געפיל,
דער כהן מאכט די ברכה, אלעס ארום איז שטיל.
אבער ווי נאר ער הייבט אן דעם דוכן,
דער אלטער איד הייבט זיך אויף אינגיכן,
מיט א צעבראכן געוויין ער לויפט ארויס פון שול.
ביים קידוש דער רב קומט צו,
איך וויל אייך פרעגן אפן,
פארוואס זענט איר ביים דוכנ'ען
פון שול ארויסגעלאפן.
זאגט מיר וואס דאס מיינט,
פארוואס האט איר געוויינט,
רבי כ'וועל אייך מסביר זיין,
געווען איז דאס אין בערגן-בעלזן, איך בין געווען נאך קליין.
אין בונקער געפראוועט א סדר,
דער רשע האט געהערט דערפון,
דער עלטסטער פון אונז גענומען,
ליידן שטארק וועט ער דערפון.
באצאלן וועסטו, מארגן אינדערפרי,
וועט מען יעדן צאמנעמען דא,
און דיר וועט מען הענגען, חַיֶיךָ תְּלוּיִים לְךָ.
דאס בילד פון יענעם טאג,
וועט קיינמאל נישט ווערן פארשוואונדן,
דעם אלטן איד מ'שלעפט,
און איבערן האלז דעם שטריק ארומגעבונדן,
געקייטלט הענט און פיס, מיט אויגן אדורכגענעצטע.
ער בעט ביים דייטש, גיב מיר כאטש די וואונטש מיין לעצטע.
א כהן בין איך,
און דוכנ'ען וועל איך שוין מער קיינמאל,
ס'איז יום טוב אינדערפרי,
איך בעט דיך, לאמיך נאך די איינמאל.
איך געב דיר צוויי מינוט,
זאגט אים דער רשע מיט גאוה,
און עס קלינגט אפ א 'לברך את עמו ישראל באהבה'.
יברכך השם וישמרך,
יאר השם פניו אליך ויחונך.
ישא השם פניו אליך,
וישם לך שלום.
אפילו חֶרֶב חַדָה מוּנַחַת עַל צַוָארוֹ,
נישט פארגעסן פּוֹנֶעם מְחַיֶה מֵתִים בְּמַאֲמָרוֹ.
זיין תַּפְקִיד אֱלוֹקֵי, תְּבָרְכוּ אֶת בְּנֵי,
בענטשן כלל ישראל,
אזא הייליגע דוכנ'ען וועט די וועלט שוין נישט הערן נאכאמאל.
שטענדיג ווען מען האלט אין שול ביי ברכת כהנים,
כדי זיך צו דערמאנען דאס בילד, די תנועה זיינעם,
לויף איך אין א זייט, איך זינג צו מיר פריוואט,
די תנועות ווי ער האט עס געזאגט,
ווייל איך וויל עס נישט פארגעסן ביז מיין לעצטן טאג.
יארן פארוואגלט, פארווארפן איבעראל,
די וועלט פארשמירט מיט בלוט פון כלל ישראל.
כִּי הָיִינוּ לַעַג וָקֶלֶס, וְהָעִיר הָאֱלוֹקִים מוּשְׁפֶּלֶת,
אבער אויפגעגעבן האבן מיר קיינמאל.
געבליבן זענען מיר, קליינע הייפעלעך,
די גבורה, די אמונה איז אומבאגרייפלעך.
מיטן שטריק ארום דעם האלז, שטרעבן מיר נאכאלץ,
צו דיר אלקינו,
ווייל אונז זעמיר דיין פאלק ואתה מלכנו.
די חכמי העולם, דעם איד באטראכטן זיי טוען אים,
צעשטויסן, צעבלוטיגט אבער דאך פעסטע מאמינים.
מיטן לעצטן טראפן בלוט, בעטן דיך מ'טוט,
לברך את עמו ישראל,
ווייז אונז שוין דיין אהבה איינמאל פאר אלעמאל.
יברכך השם, טאטע, טו אונז שוין בענטשן,
מיר זענען דיינע שאף, דיינע קינדער, דיינע מענטשן.
יאר השם, טו שוין דיין פנים אויפלייכטן,
גענוג שוין מיט די מלחמות, די שווערע שלאכטן.
ישא השם, הייב שוין אויף דיין כבוד,
הרחמן הוא, יקים לנו, את סוכת דוד.
ישועות, נחמות, היום ובכל יום,
וישם לך שלום.
מיין קינד, דיין געוויין איך הער און איך שפיר,
קוק אריין טיף, וועסטו זען איך בין אין דיר.
הער צו וואס איך זאג, בקרוב קומט דער טאג,
וואס זען אליין וועסטו שוין,
ותחזינה עינינו בשובך לציון.
