די נשמה פלאם (לעכטעלע)
מיכאל שניצלער
Original Track
Cover Tracks
א בלאסע, א הונגעריגע, אן איינזאמע,
שטייט א צעבראכענע אידישע מאמע,
אין געטא מיטן געלן שטערנדל.
קאלט איינגעפרוירן,
די גאנצע משפחה פארלוירן,
אין פעלד נישט געבליבן אפילו איין קערנדל.
מיין דוד’ל, מיין קינד אזא יונג,
דער רשע מיטן פינגער אים געוויזן אויף לינק,
אוועקגעפירט מיט אסאך קינדער אויפאמאל.
דוד’ל, מיין קינד, מיין טרייסט,
וואו דו ביסט, ווער ווייסט,
צי דו וועסט נאך קומען לקבר ישראל.
איך פארמאג שוין גארנישט, מאכט זי א רעש,
פלוצלינג לייגט זי די האנט אין טאש,
א לעכטעלע האב איך געטראפן, אוי א זכיה.
דאס לעכטעלע, דוד’ל, צינד איך פאר דיר אן,
איין זאך וואס איך קען נאך פאר דיר טאן,
דיין נשמה זאל כאטש האבן אן עליה.
לעכטעלע לעכטעלע, דו שיינסט און דו ברענסט,
בעטן פאר מיר אין הימל דו קענסט,
ווייל דו ביסט די איינציגסטע זאך וואס איך פארמאג.
דוד’ל, איך האב מער גארנישט ביי מיר,
הלואי וואלט איך געקענט נאך עפעס טון פאר דיר,
איך פארגעס נישט פון דיר אפילו אויף איין טאג.
מיט טרערן אירע אויגן צום הימל זי הייבט אויף,
א טרערעלע פאלט אויפן לעכטעלע ארויף,
דאס לעכטעלע פארלעשט זיך, ס’ברענט שוין נישט מער.
באשעפער, אפשר פרעגן איך ברויך נישט,
פארוואס דאס לעכטעלע, דאס אויך נישט,
און אויפן לעכטעלע פאלט א טרער נאך א טרער.
אוי אוי אוי.
אן אלטער איד מיט א ווייס געשטאלט,
באווייזט זיך צו איר באלד,
וויין נישט אויף די לעכטעלע וואס ברענט שוין גארנישט.
אין הימל אוועק דער פלאם איז,
פון הימל איז מען עפעס מרמז,
פאר א קינד וואס לעבט נאך, א לעכטעלע צינדט מען נישט.
זי גייט צו דעם איד אקעגן,
וואו איז מיין קינד, וויל זי פרעגן,
פון וואו ווייסט איר אז מ’דארף נישט פאר אים א לעכטעלע אנצינדן.
זי פרעגט און אירע טרערן זי ווישט,
דער איד ענטפערט גארנישט,
דער איד איז אינגאנצן פון דארט פארשווינדן.
די מלחמה איז שוין פארלאפן,
זי טוט נאך אבער אלץ האפן,
יארן לאנג נאך די מפלה פונעם קעמפער.
זוכט זי דודל'ען, זי ווערט נישט מיד,
זי זאל כאטש טרעפן דעם אלטן איד,
אפשר האט ער שוין פאר איר אן ענטפער.
יארן שפעטער זי גייט אריין,
אין א געשעפט ערב שבת פארן זמן,
זעט זי א יונגערמאן אן ארץ ישראל’דיגן.
אפשר האט איר לעכט, איר קענט מיר גיבן,
ניין, איך האב נאר איין לעכטעלע פארבליבן,
דאס דארף איך פאר מיר, איר מוזט מיר אנטשולדיגן.
זי קוקט און קוקט, ווי זי פארשטייט נישט,
אירע אויגן פון אים, אראפ גייט נישט,
זי געט א געשריי, דוד’ל, מיין קינד מיין לעבן.
נישט געגלייבט מיר וועלן זיך נאך טרעפן צונאזאמען,
דאס לעצטע לעכטעלע גיב צוריק דיין מאמען,
מיין לעצטע לעכטעלע האב איך אויך פאר דיר געגעבן.
מאמע, מאמע, דו ביסט דאס אליין,
ברעכט ער אויס אין א יאמערליך געוויין,
אזויפיל יארן האב איך דיך געזוכט.
דאס לעכטעלע וואס האט אונז יעצט צוזאמענגעברענגט,
פון הימל האט מען דאס אונז געשענקט,
און מיר וועלן צוזאמען אנצינדן דעם ליכט.
