Download PDF

די שיך פארציילן

מיכאל שניצלער

Original Track

די שיך פארציילןמיכאל שניצלער9:01

Cover Tracks

S0225 - די שיך פארציילן - מיכאל שניצלער6:12

לחן: ר' נפתלי משה שניצלער | מילים: ר' הערשל דייטש | מיין קינד, טרעף מיך (תשס"ט)

מענדל דער שוסטער,
אסאך פון אונז געניסט ער,
פון איינעם א גראשן, א רענדל, א פיאסטער.
פון דערפעלעך און שטעט,
פון די בעסטע קוואליטעט,
אונז שיך פאר גרויסע און קליינע ווייזט ער.

א קינד צוויי יאר אלט,
קוים ער גייט און פאלט,
העלפן גיין אוודאי דיר וועל איך.
צום חדר אלע טעג,
געטראגן דעם לאנגן וועג,
מיט די צוויי קליינע שיכעלעך.

א בחור צו די ישיבה,
מיט א גמרא אין די האנט,
אויף די שמאלע געסעלעך,
געגאנגען נאכאנאנד.

דער טאטע צום מארק,
אויף מיר זיך געהאלטן שטארק,
אויפן גארטן און פעלד,
און אויף יעדן שווערן בארג.

געוואנדערט צום רבי'ן, דעם וועג דעם לאנגן,
מיט אונז געטאנצן מיט געזאנגען.
מיט אפגעריבענע זוילן, געגאנגען צום רבין פועל'ן,
פון אלעם גוטן, פון אלעם וואוילן.

מיר זענען שיך, מיר זענען לעצטע עדות,
מיר זענען שיך, פון אייניקלעך און זיידעס,
פון פראג, פאריז און אמסטערדאם.
און ווייל מיר זענען, בלויז פון שטאף, פון לעדער,
און נישט פון בלוט און פלייש, דערפאר האט יעדער,
געמיטן דעם גיהנום פלאם.

אין יעדן שווערן ווינקל, די וועגן אזוי טונקל,
האבן מיר געוואנדערט צונאזאם.
מיט שיך, מיט שטיוועלעך, פארטריבן פון ישיבה'לעך,
עס איז אונז פארבליבן דעם ביטערן טעם.

געגאנגען לאנגע שטרעקעס, אן א סוף, די שרעק איז,
אין געטאס האט מען אונז אריינגעזעצט.
אין באראקן גענעכטיגט, אלע זענען פארדעכטיגט,
ווער ווייסט אויב מיר האבן זיך שוין דא געזען צום לעצט.

געווארט אין די רייע, גאנצעטע מחנות,
געוויזן מיט זיין שטעקן די ביטערע זאכענעס.
נאך א וועג א קליינעם, וועלן מיר גיין אינאיינעם,
ווילאנג נאך איז נישט באוואוסט פאר קיינעם.

זייער זייער שווער, איז געווען די מינוט,
ווען מ'האט מיך אראפגעריסן פון דיינע טריט.
אין מוזעאום מיך פארשיקט,
אויף אונז יעדער שטייט און קוקט,
טויזנטער שיך אין א בערגל צוזאמען געדרוקט.

מיר זענען שיך, מיר זענען לעצטע עדות,
מיר זענען שיך, פון אייניקלעך און זיידעס,
פון פראג, פאריז און אמסטערדאם.
און ווייל מיר זענען, בלויז פון שטאף פון לעדער,
און נישט פון בלוט און פלייש, דערפאר האט יעדער,
געמיטן דעם גיהנום פלאם.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection