Download PDF

דער פאסטוכל

יונתן שווארץ

Original Track

דער פאסטוכליונתן שווארץ6:06

לחן: שלמה קארליבאך | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטער איד (תשס"ו)

אין א ווינטער טאג גאנץ קאלט,
א פאסטוכל גאר אלט,
גייט ארויס אינדרויסן צו פאשען זיינע שאף.
די ווינט בלאזט גאנץ שטארק,
גייט ער אונטער א בארג,
ביי א בוימעלע כאפט ער א שלאף.

ווען ער געט זיך א דערוועק,
כאפט אים אן א שרעק,
איין שעפעלע האט איינער צוגענומען.
ער שרייט אזוי פאר'צער'ט,
ער האפט און ער ווארט,
אפשר וועט די שעפעלע צוריקקומען.

וואכן פארלאפן, נאכאלץ נישט געטראפן,
ער האלט אינאיין ווארטן, ער האלט אינאיין האפן.
ביים שכן אין שטאל, געט ער א קוק,
זיין שעפעלע איז פארבינדן מיט שטריק.

ער לויפט און ער שרייט צו זיין שכן,
ווי טוט מען אזוינס, היתכן.
אבער דער שכן, ער האלט זיך ביי זיינס,
ער טענה'ט, די שעפעלע איז מיינס.

דער פאסטוכל מיט אן עצה קומט ארויף,
כאפ אן דעם שטריק און בינד עס אויף.
לאמיר דעמאלטס זען צו וועמען ער וועט קומען,
און דאס וועט זיין פאר דיר דער בעסטער סימן.

דוד המלך מלך ישראל,
פלעגט צו בעטן די תפילה אלעמאל.
די אידן און די גויים, ביידע מיט איין טענה,
ביידע טענה'ן, באשעפער, מיר זענען דיינע.

איז אנא השם, אנא השם,
טאמער ווילסטו זען, ווער ס'איז גערעכט.
נעם אראפ דעם שטריק, פון דעם גלות קלעם,
וועסטו זען ווער ס'איז דיין קנעכט.

יָרוּץ עַבְדֶךָ כְּמוֹ אֱיָל,
נאר דיין פאלק ישראל וועט לויפן צו דיר, בורא כל.
הייליגער באשעפער, באווייז דיינע חסדים,
וועסטו זען ווער זענען דיינע אמת'ע עבדים.

נעם אראפ דעם שטריק פון צֹאן מַרְעִיתֶךָ,
וועסטו זען דעם חילוק פון דעם איד און דעם גוי,
אֲנִי עַבְדֶךָ בֶּן אֲמָתֶךָ,
פִּתַּחְתָּ לְמוֹסֵרָי.

דער פאסטוכל מיט אן עצה קומט ארויף,
כאפ אן דעם שטריק און בינד עס אויף.
לאמיר דעמאלטס זען צו וועמען ער וועט קומען,
און דאס וועט זיין פאר דיר דער בעסטער סימן.

אָנָא הַשֵׁם, כִּי אֲנִי עַבְדֶךָ.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection