הבט משמים
מרדכי ווערדיגער
Original Track
Cover Tracks
לחן: ר' יוסף מאנדלבוים ז"ל | מילים: ר' יחזקאל ראטענבערג הי"ד | וכל מאמינים (תשס"א)
הַבֵּט מִשָׁמַיִם וּרְאֵה,
קוק אראפ פון הימל און זע.
כִּי הָיִינוּ לַעַג וָקֶלֶס, לַעַג וָקֶלֶס בַּגוֹיִם,
מיר זענען דאך ווי א געלעכטער ביי זיי.
נֶחְשַׁבְנוּ כַּצֹאן לְטֶבַח,
וויאזוי, גאטעניו, קענסטו צוקוקן צו דער זאך,
מיר זענען דאך קיינמאל קיין בארואיגטע,
נאר תמיד צו דער שחיטה,
אוי הַבֵּט מִשָׁמַיִם וּרְאֵה.
דעריבער בעטן מיר, ביי דיר אלעמאל,
ענטפער אונז שוין, שומר ישראל.
פארנעם שוין אונזערע טרערן,
ווייל קיינער וויל אונז נישט אויסהערן,
מיר שרייען דאך, שמע ישראל.
פארגעס אונז נישט, שומר גוי אחד,
באווייז די פעלקער, אז דו ביסט אונזער גאט.
ווייל מיר האבן דאך נישט קיינער,
נאר דו איינער,
דיין נאמען איז, השם אחד.
זָרִים אוֹמְרִים, אֵין תּוֹחֶלֶת וְתִקְוָה,
די פעלקער זאגן אז קיין האפענונג איז נישט דא.
מ'מעג אונז טרייבן און יאגן,
מיר וועלן זיך נישט באקלאגן,
מיר ווייסן אז אין הימל ביסטו דא.
אויף דיר איז א פסוק פארהאן,
הִנֵה לֹא יָנוּם וְלֹא יִישָׁן.
דו היטסט דאך דיינע קינדער,
מיט מופתים און מיט וואונדער,
פארווא'זשע לאזטו מיט אונז אזוי טון.
דעריבער בעטן מיר, ביי דיר אלעמאל,
ענטפער אונז שוין, שומר ישראל.
פארנעם שוין אונזערע טרערן,
קיינער וויל אונז נישט אויסהערן,
מיר שרייען דאך, שמע ישראל.
פארגעס אונז נישט, שומר גוי אחד,
באווייז די פעלקער, אז דו ביסט אונזער גאט.
ווייל מיר האבן דאך נישט קיינער,
נאר דו איינער,
און דיין נאמען איז, השם אחד.
ווייל מיר האבן דאך נישט קיינער,
נאר דו איינער,
הבט משמים וראה.
