Download PDF

טאטעניו

אברהם פריד

Original Track

טאטעניואברהם פריד2:14

Cover Tracks

S0234 - טאטעניו (2)5:03

לחן: חב"ד (ר' שלום חריטונוב) | מילים: אברהם פריד | Forever One (תשמ"ג)

א טאטע ביסטו, גאר א געטרייער,
דיין ליבשאפט צו אונז, איז דאך אין לשער.
און נאך מער פון דעם, זאגט דער הייליגער בעל שם,
אז יעדער איד, איז ביי דיר א בן יחיד.

געזעסן זענען מיר אינאיינעם, ביי דיין טיש,
פארשיקט זענען מיר אין גלות, אין א וויסטעניש,
קומען מיר, דיינע קינדערלעך, בעטן ביי דיר.

אבינו אב הרחמן, רחם עלינו,
דיין בן יחיד בענקט נאך דיר, געוואלד, טאטעניו.
אוי ווי ליכטיג, אוי ווי הייליג, עס איז דאן געווען,
ווי דערלעבט מען נאכאמאל דיך זען.

וְתֶחֱזֶינָה עֵינֵינוּ בְּשׁוּבְךָ לְצִיוֹן,
ווען וועט שוין אונזער גואל אנטון זיין קרוין.
בְּכָל יוֹם אֲחַכֶּה לוֹ, מיר ווערן גארנישט מיד,
ברענג אונז משיח בן דוד.

און טאקע באלד וועלן אידן קומען אין בֵּית מִקְדָשְׁךָ,
יעדן שבת און ראש חודש, לְהִשְׁתַּחֲווֹת לְפָנֶיךָ,
ס'וועט זיין וְנִגְלָה כְּבוֹד הַשֵׁם, אלע וועלן דינען אים.

אבינו אב הרחמן, רחם עלינו,
דיין בן יחיד בענקט נאך דיר, געוואלד, טאטעניו.
אוי ווי ליכטיג, אוי ווי הייליג, עס איז דאן געווען,
ווי דערלעבט מען נאכאמאל דיך זען.

וְתֶחֱזֶינָה עֵינֵינוּ בְּשׁוּבְךָ לְצִיוֹן,
ווען וועט שוין אונזער גואל אנטון זיין קרוין.
בכל יום אחכה לו, מיר ווערן גארנישט מיד,
ברענג אונז משיח בן דוד.

מיט ליבשאפט וועסטו נעמען יעדן אידן פארן האנט,
מיט ניסים אים צוריקפירן אין אונזער הייליג לאנד,
א גאנצע פאלק גרויס און קליין, קיינער וועט פארלוירן גיין.

צוזאמענקומען וועלן מיר זיך ברידער לאנג צעשיידט,
מיט אהבת אחים אין ירושלים,
מיט שמחה און מיט פרייד,
און וויסן וועט די וועלט גענוי, אז אין עוד מלבדו.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection