טייערע פאטער
מרדכי ווערדיגער
Original Track
לחן: יוסי גרין | מילים: מרדכי ווערדיגער | די אידיש קאלעקשאן (תשס"ז)
טייערער פאטער, גרויסער קעניג,
וויפיל מיר לויבן דיר איז אלעס ווייניג,
דיין גרויסע ליבשאפט ווער קען פארשטיין.
דו טוסט דיך פון אונז באהאלטן,
אין אלע ווינקעלעך, אין אלע שפאלטן,
נאר ווער עס זוכט דיך, דער קען דיך זען.
ארץ ישראל האסטו אונז געגעבן,
מיר זאלן וואוינען דארט א הייליג לעבן,
פון אלע שונאים האסטו עס באפרייט.
געהייסן אונז די תורה היטן,
וועט מען האבן דארט פון אלעם גוטן,
מיר האבן געשוואוירן ביים בארג סיני.
אבער היינט זענען מיר פארטריבן,
יתומים פיצעלעך געבליבן,
יא, מיר זענען שולדיג, געבראכן אונזער תנאי.
אבער דו האסט דאך אליין געשריבן,
אפילו ווען מיר וועלן זיין פארטריבן,
דו וועסט אונז היטן, נישט לאזן פארלוירן גיין.
מיר בעטן דיך, קל חי וקים,
דיינע הייליגע ווערטער זיי מקיים,
ס'איז דאך דיינע קינדער, ווי ביטער איז דער צער.
לאמיר שוין גיין אהיים אינאיינעם,
און מער נישט שרעקן זיך פאר קיינעם,
גענוג שוין גלות, גענוג שוין דער געפאר.
