Download PDF

טרייסט פון א מאמע

מיכאל שניצלער

Original Track

טרייסט פון א מאמעמיכאל שניצלער9:16

Cover Tracks

S0236 - טרייסט פון א מאמע2:38

לחן: ר' פנחס מרדכי וועבער | מילים: ליפא שמעלצער | א אידישע שמחה (תש"ס)

זיצט דער צדיק, דער רבי ר' איציקל פארשפארט,
א פארווייטאגטע מאמע זיצט אינדרויסן און ווארט.
ענדליך קומט זי צום גרויסן צדיק אריין,
הערט זיך באלד פון איר א יאמערליך געוויין.

רבי, דאס הארץ איז מיר זייער פארקלעמט,
אזויפיל געטליכע כוחות פון וואו מען נעמט.
רבי, הייבט אן די צעבראכענע מאמע זאגן,
איך קען אזא פעקל צרות מער נישט פארטראגן.

דער רבי זאגט איר, קומט נאך מיר,
דער צדיק עפנט אויף א טיר,
אין א שטוב פון פעקלעך נעמט ער איר אריין.
דא זענען די צרות פון די וועלט,
נעם דיר דאס פעקל וואס דיר געפעלט,
ווייל איין פעקעלע מוז דאך זיין דיינס.

אוי הייליגער רבי, עס כאפט א שרעק,
אזויפיל צרות, גרויסע זעק,
פלוצלינג דערזעט זי א פעקעלע אונטער די טיר.
אוי הייליגער רבי, איך קען נישט מער,
דאס קליין פעקעלע געב מיר אהער.
זאגט איר דער רבי, דאס קליין פעקעלע, דאס איז געווען ביי דיר.

הייליגער רבי, איך בעט ביי דיר, פון הארצן טיפן,
טו שוין יעצט צום באשעפער פאר מיר א תפילה רופן.
רבי, בעט, ס'זאל שוין נעמען אן עק,
די זעקעלעך צרות זאל ער נעמען אוועק.
דער באשעפער וועט אודאי הערן דעם צדיק'ס געוויין.

דער רבי זאל בעטן, רבונו של עולם,
זע דיינע קינדערלעך'ס צער,
גענוג שוין געליטן אזויפיל יסורים, פתח לנו שער.
טויזנטער יארן אין גלות געווען,
מיר ווילן שוין אלע די גאולה זען,
משיח צדקנו, במהרה אמן.

דאס מזל ביי יעדן גלאנצט דאך פון טאג צו טאג,
נאר ביי מיר איז אלעס פארמוטשעט מיט גרויס פלאג.
אזעלכע קינדער האט יענער זוכה געווען,
הלואי וואלט איך אזא מין נחת געזען.

אזויפיל בעסער ביי יענעם, דאס גאנצע לעבן,
פארוואס האט מען מיר נישט אפילו אביסעלע געגעבן.
די דאגות די צרות, זיי קומען יעדן טאג ארויס,
אוי הייליגער באשעפער, קוק שוין, ווי האלטן מיר דאס אויס.

ר' איציקל נעשכיזער איז דאך גערעכט,
מען מיינט אז נאר ביי זיך איז שלעכט,
און ביי יעדן איינעם גייט עס גאר אזוי גוט.
מיר דארפן געדענקען די גאנצע צייט,
אז אין גלות פארטריבן זענען מיר ווייט,
ליידער ליידער מאכן אידן אזוי סאך צרות מיט.

טאטע אין הימל, צו דיר מ'שרייט,
אזויפיל מחלות זענען פארשפרייט,
הייסע טרערן גיסט זיך ממש אן א שיעור.
שוין גאנצע טייכן פארגאסן,
די טויערן נאך אלץ פארשלאסן,
הער שוין דיינע שעפעלעך בעטן זיך ביי דיר.

טייערע אידן, טוען אלע צום באשעפער רופן,
מיט א תפילה, אלע אינאיינעם, פון הארצן טיפן.
מיר בעטן ס'זאל שוין נעמען אן עק,
די זעקעלעך צרות זאל ער נעמען אוועק.
דער באשעפער וועט זיכער הערן צו אונזער געוויין.

מיר אידן בעטן, רבונו של עולם,
זע דיינע קינדערלעך'ס צער,
גענוג שוין געליטן, אזויפיל יסורים, פתח לנו שער.
טויזנטער יארן אין גלות געווען,
מיר ווילן שוין אלע די גאולה זען,
משיח צדקנו, במהרה אמן.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection