יתומים היינו
זאנוויל וויינבערגער
Original Track
לחן: הערשי וויינבערגער | מילים: ליפא שמעלצער | מן השמים (תשפ"ג)
איך קוק אויף די ליכט,
איך זע דיין געזיכט.
איך טו זיך דערמאנען,
דו ביסט דא געשטאנען,
אלץ האנט ביי האנט.
מער נישט צוזאם,
עס בלייבט נאר די פלאם.
פון ליכט בין איך דער צינדער,
מיר און אלע קינדער,
די נשמה דאן דא שיינט.
כאטש כ'האב דיר געשעצט,
זע איך ערשט יעצט,
וואס באדייט א יתום,
נישט דא די נכסים,
פילן דיין פלאץ.
די וואונדן טיף שניידט,
מען בענקט וואס געהאט.
אויף די ווענט אין דירה,
זוכט מען נאך דיין צורה,
כאטש נאך איין מאל קום פון ווייט.
יתומים היינו, ואין ואין ואין אב,
אבינו אבינו, טאטי, ווען וועקסטו זיך אויף.
ביי תחיית המתים, נאכאמאל אין אונזער וואוין,
ווען זעט מען זיך שוין.
אזוי אויך איז כלל ישראל,
פון איין טאטע יעדער שטאמט.
דער מצב איז זייער שמאל,
דאס קינד ווערט כסדר פארדאמט.
ס'איז טונקל, דאך פון ווייט איך שפיר,
דו האלטסט מיך מיט א ווארעם האנט,
איך בענק צו דיר.
שכינה, שכינה, די כתר כהונה,
ליגט אליין פאר'יתומ'ט,
נישט עולות, נישט כבשים, אן א מנורה.
די לחם הפנים, חושן אבנים,
די גאלדענע מזבח, וויינט אויך אין דער הייעך,
וואו זענען די קטורת.
יתומים היינו, ואין ואין ואין אב,
אבינו אבינו, טאטע, ווען וועקסטו אונז אויף.
אויף תחיית המתים, נאכאמאל אין אונזער וואוין,
ווען זעט מען זיך שוין.
פארווארפן איז כלל ישראל,
פון איין טאטע יעדער שטאמט.
דער מצב איז זייער שמאל,
דער איד ווערט כסדר פארדאמט.
סאיז טונקל, דאך פון ווייט איך שפיר,
דו האלטסט מיך מיט א ווארעם האנט,
איך בענק צו דיר.
יתומים היינו, ואין ואין ואין אב,
אבינו אבינו, ווען וועקסטו זיך אויף.
אויף תחיית המתים, נאכאמאל אין אונזער וואוין,
ווען זעט מען זיך שוין.
דו האלטסט מיך מיט א ווארעם האנט,
איך בענק צו דיר, טאטע, ווען קומסטו צוריק.
