Download PDF

מלאכים

בערי וועבער

Original Track

מלאכיםבערי וועבער3:40

מלאכים הקדושים,
אויבן דארט במרומים,
איך פרעג פון אייך א שאלה,
וואס האט נישט קיין ענטפער.
דער באשעפער האט מיר געגעבן,
וואס צו עסן און וואו צו וואוינען,
און פאר זיין אייגן הויז, איז ער נישט קיין קעמפער.

מלאכים הקדושים,
אויבן דארט במרומים,
איין פראגעלע, מיט א פארווייטאגט הארץ.
השם האט אונז געגעבן,
א וועלט וואס שמייכלט צו אונז און לייכט,
אבער פאר זיך דארט אויבן,
ער זיצט אין טונקל-שווארץ.

מלאכים הקדושים,
אויף אונז אונז אידן קוקט אייך אום,
אונזער תפילה ברענגט אים נאנטער.
קינדער גבוהים ורמים,
אוהבי השם אהבת תמים,
מיר האבן איין פאטער.

מלאכים הקדושים,
בעטס פאר אונז במרומים,
עפן די טיר מיט דעם שליסל.
מלאכים במרומים,
נעמטס ארויף אונזער תחנונים,
ווייל פון טרערן פול איז דער שיסל.

מלאכים הקדושים,
אויף אונז אידן קוקט אייך אום,
אונזער תפילה ברענגט אים נאנטער.
קינדער גבוהים ורמים,
אוהבי השם אהבת תמים,
מיר האבן איין פאטער.

מלאכים הקדושים,
בעט פאר אונז במרומים,
עפן די טיר מיט דעם שליסל.
מלאכים במרומים,
נעמטס ארויף אונזער תחנונים,
ווייל פון טרערן פול איז דער שיסל.

מלאכים הקדושים.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection