משה'לע
אייזיק האניג
Original Track
לחן: מאדזשיץ | מילים: ר' פנחס מרדכי וועבער | אדון הכל (תשנ"ח)
אינדרויסן קאלט, ס'בלאזט א ווינט,
שטייט משה'לע, א קינד.
אין געטא ביינאכט,
שטייט ער און טראכט.
ער קוקט מיט גרויס שרעק,
זיינע עלטערן מען פירט אוועק.
ער געט אויף זיי דעם לעצטן בליק,
זיי קוקן מיט ליבשאפט צוריק.
מיין קינד, די תורה היט,
פארגעס נישט אז דו ביסט א איד.
מיר קומען צוריק, נאך דיר גלייך,
צוזאמען מיט משיח.
ניין, מאמע, ניין,
לאז מיך נישט אליין.
איך בין דאך אזוי קליין,
וואו וועל איך גיין.
ער קוקט און קוקט, און זעט נישט מער,
עס פאלט א טרער נאך א טרער,
אוי וויי טאטע, אוי וויי מאמע,
קומט צוריק צו מיר.
גייט א אידעלע אין וועג,
משה'לע, געט ער א פרעג,
טייער קינד, זאגזשע מיר, וואס ענגט דיר.
עס זענען געקומען סאלדאטן,
גענומען מיין מאמען און טאטן,
וואס זענען צו מיר אזוי געטריי.
זיי האבן געזאגט זיי קומען גלייך,
מיט איינעם וואס הייסט משיח,
איך ווארט און ווארט אזוי לאנג אויף זיי.
ניין, מאמע, ניין,
לאז מיך נישט אליין.
איך בין דאך אזוי קליין,
וואו וועל איך גיין.
ער קומט מיט דיין טאטן און מאמען,
מיט אלע קדושים צוזאמען.
טייער נשמה'לע,
אט קומט שוין די נחמה'לע.
באשעפער, הער די תפילה,
פון דיין עם סגולה.
מיר ווארטן דאך אזוי דערפאר,
אֵימָתַי קְאָתִי מַר.
טאטע אין הימל, ניין,
לאז אונז נישט אליין,
ווען קומט ער צו גיין,
לִירוּשָׁלַיִם מְבַשֵׂר אֶתֵּן.
דערמאן דיך דיין צוזאג,
מיר ווארטן דערויף יעדן טאג,
דעם שופר של משיח, שוין צו הערן.
שומר ישראל,
קוק אויף יעדן בארג און טאל,
יעדעס שטיינדעלע, אנגעזאפט מיט אידישע טרערן.
אבער די אמונה,
אין די הייליגע שכינה,
אפצורייסן האט קיינער נישט געקענט.
אין וואסער, אין ימ'ען,
אין פייער, אין פלאמען,
דאס אידיש ליכטעלע ווערט קיינמאל אויסגעברענט.
אידן, מאכטס ענק גרייט,
עס קומט א נייע ליכטיגקייט.
די זון שיינט שוין אויף,
קיין ארץ ישראל ארויף.
טייערע ברידערלעך, ניין,
מיר וועלן מער נישט זיין אליין.
אט קומט ער צו גיין,
במהרה בימינו אמן.
