Download PDF

פייער פייערל

יונתן שווארץ

Original Track

פייער פייערליונתן שווארץ9:51

לחן: ר' יודל איינהארן | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטע בשורה (תשנ"ט)

פייער פייערל, דו קענסט זיין אזוי שיין,
פייער פייער, דו קענסט דאך זיין אזוי געמיין.
פייער פייערל, דו קענסט דיך פירן מיט רעכט,
אבער פייער, דו קענסט דאך זיין אזוי שלעכט.

פייער פייערל, ס'איז דיין תפקיד אז דו פארברענסט,
מיר האבן געזען אז עפעס אנדערש דו קענסט.
פייער פייערל, פון זמן צו זמן,
קענסטו פון דיין תפקיד מְשַׁנֶה זיין.

פייער פייערל, ווי שיין ביסטו געווען,
ווען דעם זיידן אברהם אבינו האסטו געזען.
ווי דו האסט נאר דערקענט זיין לעכטיגע בילד,
פייער פייער, האסט דיך אפגעקילט.

פייער פייער, דו האסט אזא שיינע אורה,
ווען נִתְקַשֶׁה מֹשֶׁה בְּמַעֲשֵׂה הַמְנוֹרָה.
ווען משה רבינו, די מנורה מאכן ער האט געוואלט,
ווי שיין די מנורה איז ארויס פון איין שטיק גאלד.

כְּדֵי לְהוֹדוֹת לְהַלֵל לִשְׁמוֹ הַגָדוֹל,
ווי שיין האסטו געברענט אכט טעג מיט ווייניג אויל.
ווען חנניה מישאל ועזריה, האט מען אין דיר אריינגעלייגט,
צו ווערן קאלט האסט דיך דעמאלטס איבערגעצייגט.

איז פייער פייער, וויאזוי האסטו דען געקענט,
אונז פארטרייבן אין גלות,
ווען דו האסט דעם בית המקדש פארברענט.
אינגאנצן פארברענט דעם היכל און דעם קודש הקדשים,
די הייליגע יריעות און די קרשים.

אוי פייער פייערל, דו האסט א תקנה א גרויסע,
בְּאֵשׁ אַתָּה עָתִיד לִבְנוֹתָהּ.
ווען ס'וועט געבויט ווערן דער בנין דער נייער,
וואס וועט זיין געמאכט נאר פון דיר, פייער.

פייער פייערל, ווי שיין דיין שיין לייכט,
ווען א מאמע צינדט דיך אן יעדן פרייטאג צונאכטס.
ווען זי מאכט די ברכה, אשר קדשנו להדליק נר,
בעט זי זיך אויס אין זכות פון דיר, פייער.

ווען ס'קומט אריין אין שטוב א נייע געבוירענעם קינד,
א נייע לעכטל פאר יעדע נשמה'לע מען צינדט.
און די מאמע שטייט און בעט רחמים וחסדים,
ווייל נר השם נשמת אדם.

אבער ווי שלעכט ביסטו געווען
ביי די ביטערע וועלטס מלחמה,
האסט מקיים געווען לֹא תְחַיֶה כָּל נְשָׁמָה.
מאמעס מיט פיצלעך קינדער, קוֹל דְמָמָה דַקָה יִשָׁמַע,
צוֹעֲקִים אֵלֶיךָ מִן הָאֲדָמָה.

אזויפיל צדיקים, גאונים, מיט א לעכטיג געשטאלט,
פייער פייער, פארוואס ביסטו נישט געווארן קאלט.
וויאזוי האסטו געקענט פארברענען,
די ספרי תורות און די שולן,
אזויפיל ישיבות, גמרות, אזויפיל פּאר תפילין.

אוי פייער פייערל, דו האסט א תקנה א גרויסע,
בְּאֵשׁ אַתָּה עָתִיד לִבְנוֹתָהּ
ווען ס'וועט געבויט ווערן דער בנין דער נייער,
וואס וועט זיין געמאכט נאר פון דיר, פייער.

פייער פייער, צינד שוין אן א נייע מדורה,
אין ירושלים, אין דעם עיר הבירה.
ווי לאנג וועט מען נאך ווארטן אויף א גוטע בשורה,
גענוג געווען מיט טִירְחָא דְצִיבּוּרְא.

בעטן מיר הושענא גולה וסורה,
גענוג אין דעם גלות הארורה.
מ'גייט שוין פטור ווערן פון יעדע צרה צרורה,
מ'נעמט שוין צאם די שֶׂה פְּזוּרָה.

יעדער איד וועט אויפשטיין פון זיין קבורה,
מ'דערקענט אים אזוי ווי פאר זיין פטירה.
קיין ירושלים גייט יעדער כשורה,
מען קומט שוין אן אין דעם הייליג בירה.

יעדע תיקו, יעדע סתירה,
יעדע אומפארענטפערטע חקירה.
אליהו זאגט מְוּתֶּרֶת אדער אֲסוּרָה,
אליהו זאגט חַיֶיבֶת און פְּטוּרָה.

שנשמע ונתבשר,
בשורות טובות ישועות ונחמות,
שנשמע ונתבשר,
בשורות טובות ישועות ונחמות.

אברהם אבינו זיצט אין די ערשטע שורה,
שרה אמנו און די קינדער אירע.
יצחק אבינו מיט זיין מידת הגבורה,
יעקב און די שבטים, די גאנצע חבורה.

משה רבינו לערנט תורה בשפה ברורה,
ער איז מגלה רזא יקירא.
ער לערנט אונז אויס עמיקא וטמירא,
להגדיל תורה ולהאדירה.

אהרן הכהן טוט די עבודה באימה וביראה,
אל מול פני המנורה יאירו.
דער זעלבער יוסף פון די מכירה,
וועט זיצן מיט זיין קעניגליכע צורה.

דוד המלך וועט אונז זאגן שירה,
בַּחֲצוֹת הַלַיְלָה בְּרֹאשׁ אַשְׁמוּרָה.
אט גייט מען שוין ארויף צו דעם בית הבחירה,
מען גייט שוין הערן גאר א גוטע בשורה.

שנשמע ונתבשר,
בשורות טובות ישועות ונחמות,
שנשמע ונתבשר,
בשורות טובות ישועות ונחמות.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection