Download PDF

פרונזער עשאלאן

יום טוב עהרליך

Original Track

פרונזער עשאלאןיום טוב עהרליך5:05

Cover Tracks

S0242 - פרונזער עשאלאן (2)5:01

לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך (תשכ"ח) | אידישע אוצרות 2 - אברהם פריד (תשנ"ד)

ערגעץ אויף די וועגן,
שטיין בלייבט מיין וואגאן.
פארט מיר אָן אנטקעגן,
א פְּרוּנְזֶער עֶשַׁאלָאן.
פנימ'ער צופרידן, קוקן ליב צו מיר,
אידענעס מיט אידן, אן א שיעור.

פון קֶעלְץ, פון טוּרְנֶע, פון בֶּענְדִין,
פון לָאדְזְש, פון קְרָאקֶע, רַאדְזִימִין,
פון פִּינְסְק, פון גְרָאדְנֶע, פון נָאוַוארַאדָאק.
פון גַאלִיצִיעֶ, פון וָואלִין,
פון פְּשֶׁעמִישְׁל און לוּבְּלִין,
און פון לָאמְזְשֶׁע און פון בִּיאַלִיסְטָאק.

א מיידעלע א קליינע,
געבליבן מער נישט איינע,
שטעלט זיך פלוצלינג אפ ביי א וואגאן.
זי האט דערזען אינמיטן, זיצנדיג א אידן,
און זיין פנים איז איר שטארק באקאנט.

"אנטשולדיגט" - "ביטע".
"פון וואנען?" - "פון ליטע".
"אייער נאמען?" - "נטע".
"טאטע!"

און עס קומען זיך צוזאמען,
ברידער, שוועסטער, טאטע, מאמען,
אלע צו דעם פְּרוּנְזֶער עֶשַׁאלָאן.
הערט א מעשה וואס געטראפן,
הערט א פאל וואס האט פארלאפן,
א טאכטער האט איר טאטן איצט דערקאנט.

עס קריכט זיך יעדער איינער,
פון וואגאן ארויס.
מען ציט זיך אויס די ביינער,
מען גלייכט די פלייצע אויס.
מען הייבט אן צו לויפן צום צווייטן עֶשַׁאלָאן,
מען גייט פון טיר צו טיר און מען פרעגט זיך אן.

"אפשר איז ווער פון בֶּענְדִין,
פון לָאדְזְש, פון קֶעלְץ, פון רַאדְזִימִין,
און אפשר איינער פון נָאוַוארַאדָאק.
אפשר ווער פון קַאטָאוִויץ,
פון רַיישֶׁע, פון סַאסְנָאוִויץ,
און פון רָאוְונֶער געגנט, פון בִּיאַלִיסְטָאק.

א פרוי די האנט פארבונדן,
דער פנים פול מיט וואונדן,
שטעלט זיך אפ ביי איינעם א וואגאן.
א מאן קומט אן אנטקעגן,
וויגט זיך אויף א שטעקן,
ביידע שטייען און מען קוקט זיך אן.

"פְּשֶׁעפְּרָאשָׁאם" (אנטשולדיגט) - "פְּרָאשֶׁע" (ביטע).
"פון וואנען" - "פון פַּאמָאזְשֶׁע".
"יענקל" - "דְוָואשֶׁע".
"בָּאזְשֶׁע" (באשעפער)!

און עס לויפן זיך צוזאמען,
קינדער, גרויסע, טאטע מאמען,
אלע צו דעם פְּרוּנְזֶער עֶשַׁאלָאן.
הערט א מעשה וואס פארלאפן,
הערט א פאל וואס האט געטראפן,
מאן און פרוי איצט האבן זיך דערקאנט.

און איך שטיי מיר אינמיטן,
און קוק מיר הין און הער,
אסאך באקאנטע אידן,
נאר איך קען נישט זאגן ווער.
פיל פון זיי איך טו קאנען, איך האב זיי ווען געזען,
נאר איך קען זיך נישט דערמאנען, וואו און ווען.

אפשר נאך פון יארן לאנג,
ליגן זיי מיר אין געדאנק,
נאך פון יענע צייטן פארן קריג.
אדער זיך באקענט אין וועג,
אין די ברענענדיגע טעג,
און אפשר דא שוין פארנדיג צוריק.

איך קען גארנישט געדענקען,
דאס הארץ האלט אין איין בענקען,
זי בעט זיך, זי וויל אויך אביסל פרייד.
איך כאפ דעם ערשטן אידן,
ער קוקט מיר אן צופרידן,
און איך גיב א פרעג אים שטילערהייט.
"פון וואנען זיינט איר?" - "א לידע".
"אייער נאמען?" - "ווידער".
"ברודער!"

צום הארצן טו איך אים צודריקן,
און ער קוקט מיט קאלטע בליקן,
"איך האב קיין ברודער, ווער האט אייך געזאגט".
זאג איך, "מאכט נישט קיין גערודער,
אלע אידן זיינען ברידער,
ווייל איין טאטן האבן מיר פארמאגט".
ווייל איין טאטן האבן מיר פארמאגט.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection