Download PDF

קדיש

יוסף משה כהנא

Original Track

קדישיוסף משה כהנא12:20

לחנים: כ"ק אדמו"ר מסקולען זצ"ל, הרה"ק הקדושת ציון מבאבוב זצ"ל,
ר' משה גאלדמאן, מאדזשיץ | מילים: ר' יוסף משה כהנא | לחיים ברידער (תשנ"ט)

אין א קליין הייזקע אינמיטן די נאכט,
די פענסטער פארקלאפט, אלע טירן פארמאכט.
זיצט א איד נעבן וויגל פון זיין קינד,
הייסע טרערן פון אויגן עס רינט.

אינדרויסן איז קיינער נישט זעכער,
ס'פאלן באמבעס אויף אלע דעכער.
ס'רעגנט אין גאס, די שטאט איז ארומגענומען,
דער דייטש דער רשע איז נעכטן אריינגעקומען.

יעדנ'ס הארץ איז אזוי פארקלעמט,
קיינער ווייסט נישט ווען זיי מ'נעמט.
וואו אהין איז אויכעט נישט קלאר,
דאס גאנצע לעבן הענגט אויף א האר.

ער נעמט א פעדער מיט א שטיקל פאפיר,
א בריוועלע גיי איך שרייבן צו דיר.
גלייך אינדערפרי דיך באהאלטן ביי די שכנים,
איידער מ'פירט אונז אוועק אלע אינאיינעם.

כ'האב אסאך געטראכט, ווען דו זאלסט וויסן,
ווי מיין הארץ איז שוין אינגאנצן צעריסן,
אפשר אמאל ווען דו וועסט דעם בריוו ליינען,
וועסטו זען אז דיין טובה האב איך געטון מיינען.

מיין קינד, מיין קינד, מיין קינד, בלייב'זשע מיר געזונט.
א פחד, א שרעק, מ'נעמט אונז אוועק,
מ'טוט אלע אידן פארטרייבן.
בני, בני, בני, צו דיין טאטן הער זיך צו.
ניין, מיין זון, איך נעם דיך נישט אהין,
כאטש איינער פון אונז זאל בלייבן.

איך ווייס נישט וואס וועט געשען,
ווער ווייסט צי מיר וועלן זיך נאך זען.
איין בקשה האב איך אצינד,
פארגעס נישט אז ביסט א אידיש קינד.

ס'וועט נאך קומען שווערע צייטן,
דו קענסט מיינען אז דו האסט נישט קיין טאטן.
וויסן זאלסטו פון דעם שומר ישראל,
דער טאטע וואס לעבט אלעמאל.

אוי רבונו, רבונו של עולם.

דאס בריוועלע אין העמד פון קינד פארנייט,
צום באשעפער זיין הארץ אוי אוי עס שרייט,
דו ביסט דאך דער טאטע, דער שומר ישראל,
שמור שארית ישראל.

יארן זענען אדורכגעלאפן,
קיין זכר פון אמאל האט דאס קינד נישט געטראפן,
ער קומט אין שול, נישט דא דארט קיינער,
אויפן פלאץ פון ארון הקדש געבליבן אפאר שטיינער.

טאטע, איך וועל נקמה נעמען פאר דיר,
טאטע, איך וועל צוריק אויפבויען ווי פריער.
מיטן גאנצן הארץ זאג איך צו,
איך וועל מיך נישט בייגן,
א שטיין נאך א שטיין וועל איך צוריקלייגן.

וּמַלְכוּת הָרִשְׁעָה מְהֵרָה תְעַקֵר,
אבער נֵצַח יִשְׂרָאֵל לֹא יְשַׁקֵר.
קהילות הקודש חרוב געמאכט און פארברענט,
אבער פארלעשן דאס פונק האבן זיי נישט געקענט.

ווי שיין און וואונדערליך, די קליינע קינדערלעך,
נאך אלע צרות וואס זיי איז געשען,
מיטן אויבערשטנ’ס חסדים,
געשטארקט אויף די פחדים,
זייער הבטחה מקיים געווען.

ווי קענען מיר דאס פארשטיין, אן עלטערן, אליין,
צוריק אויפגעבויט אויף אזא פארנעם.
אין אוישוויץ געזעסן, פון באשעפער נישט פארגעסן,
איז דען דא א גרעסערע קידוש השם.

צוריק געשטעלט, אין יעדע סביבה, א ישיבה,
א נייע וועלט, פון תלמידים, פון חסידים.
נישט געהאט אויף ברויט, נאר אויף תפילין, בויען שולן,
אין גרעסטן נויט, תלמוד תורות, נייע דורות.

פונקען פלאמען, פון טאטן מאמען,
מיטגענומען איבער די ימען,
און געשריגן אני מאמין.

איך טו גלייבן, צוריק אנהייבן,
זיד געשטארקט ווי די לייבן,
נקמה אין דעם דייטש, מיט די העלפער צוזאמען.

אזא פאלק געטריי, פרעג איך דיר, זאג מיר,
אוי, לקבל פני”, איז דא פון וועמען, זיך צו שעמען.
בזכות פון זיי, פון אלע וועגן, גיין אקעגן,
עד מתי, פאר דיינעט וועגן, טו איך פרעגן.

בְּקוֹל רָמָה, נעם נקמה,
פאר יעדע אידישע נשמה,
וועגן דיין נאמען, אִם לֹא לְמַעֲנֵנוּ.
פון יעדן מַשְׁחִית, אין דעם חַשְׁכוּת,
באשעפער, וְאַל תַּשְׁחִית,
אֶת זֵכֶר שְׁאֵרִיתֵנוּ.

זאג שוין יתגדל, זאג שוין יתקדש, שמיה רבא.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection