קול דודי דופק
אברהם מרדכי שווארץ, דובי מייזעלס
Original Track
לחן: ר' ברוך ווייצמאן | הגאון רבי ברוך בער מקאמעניץ ז"ל
מילים: ר' אברהם מרדכי שווארץ | סינגל (תשפ"ד)
איך בין אינגאנצן, קאלט און פארמאכט,
איך קען זיך נישט אויפוועקן ווי אינמיטן נאכט.
איך בין פארשלאפן, אין גלות טיף,
אבער מיין הארץ איז אויף, און הערט דעם רוף.
א קול פון מיין פריינט רופט צו מיר,
בעט און בעט, עפן מיר דיין טיר.
קום קום נשמה, איך וויל נאר דיר,
עפן דיין הערצעלע, מיין נאנטקייט שפיר.
קוֹל דוֹדִי דוֹפֵק, פִּתְחִי לִי.
בְּנִי ישראל, וועק דיך אויף,
לויב און דאנק צו מיר, קוק ארויף.
פון דיינע טרערן איך בין אנגעפילט,
פון דיין עבודה איך בין איינגעהילט.
אֲנִי יְשֵׁנָה וְלִבִּי עֵר,
קוֹל דוֹדִי דוֹפֵק, פִּתְחִי לִי.
דער קול אין מיר איז, פון גאט אליין,
געב מיר דיין הייליג הארץ, ליבער קינד מיין.
איך ווארט שוין קוים צו דיר זיך מְגַלֶה זיין,
אט אט גייען מיר, צוריק אהיים.
קוֹל דוֹדִי דוֹפֵק, פִּתְחִי לִי.
