Download PDF

שטילקייט

מאטי אילאוויטש

Original Track

שטילקייטמאטי אילאוויטש6:59

וואו איך טרעט און טרעט – וואו איך גיי און גיי,
הער איך דעם געבעט – אזש מיינע אויערן טוען וויי,
פון קליינע מענטשן – וואס ליגן אונטער מיר,
קליינע מענטשן – ווי איך און דיר.

איך זע דעם טאטן מען שלעפט אוועק,
איך זע דער בחור'ל וואס ווערט פארברענט,
איך זע די שוועסטער וואס כאפט שלעק,
איך זע די מאמע מיט די בעיבי אין די הענט.

קליינע מענטשן – וואס ליגן אונטער מיר,
קליינע מענטשן – ווי איך און דיר.

קליינע מענטשן, וועם קיינער וועט שוין
קיינמאל מער נישט קענען,
קליינע מענטשן, וועם קיינער ווייסט נישט
ווער און וואו זיי זענען.
נשמות אומשולדיג ריין,
אונטער אן אנדענק-שטיין,
קיין נאמען, קיין בילד, קיין זכר פון ענקער חן.
און איך וויין:

אֶרֶץ אֶרֶץ אֶל תְּכַסִי דָמָם, טו נישט פארדעקן.
לאז די ביינער זיך ארויסשטעקן,
ביז זיי וועלן זיך אויפוועקן.
אונזער פארגאנגענהייט,
עס וויינט, עס בענקט, און שרייט.
טויב קען מען ווערן,
פון די וועלטס העכסטע שטילקייט.

איך ווייס נישט וויאזוי דו הייסט,
און איך ווייס נישט פון וואנען דו קומסט,
איך ווייס נאר וואו דו גייסט,
און איך הער ווי ביטערליך דו ברומסט.

קליינע מענטשן – וואס ליגן אונטער מיר,
קליינע מענטשן – ווי איך און דיר.

ס'איז נישט זיי, ס'איז מיך,
ס'איז יעצט, נישט אמאל.
ס'איז נישט ברילן, ציין, און שיך,
נאר ס'איז כלל ישראל.

קליינע מענטשן – וואס ליגן אונטער מיר,
קליינע מענטשן – ווי איך און דיר.

קליינע מענטשן, וועם קיינער וועט שוין
קיינמאל מער נישט קענען,
קליינע מענטשן, וועם קיינער ווייסט נישט
ווער און וואו זיי זענען.
נשמות אומשולדיג ריין,
אונטער אן אנדענק-שטיין,
קיין נאמען, קיין בילד, קיין זכר פון ענקער חן.
און איך וויין:

אֶרֶץ אֶרֶץ אֶל תְּכַסִי דָמָם, טו נישט פארדעקן,
לאז די ביינער זיך ארויסשטעקן,
ביז זיי וועלן זיך אויפוועקן.
אונזער פארגאנגענהייט,
עס וויינט, עס בענקט, און שרייט,
טויב קען מען ווערן,
פון די וועלטס העכסטע שטילקייט.

ביינער, ציינער, אנדענק-שטיינער,
פון מיליאנען אן קיין נעמען.
פרעגן, דערוועגן, אזוי ווי מיר פלעגן,
שוין כמעט נישטא היינט פון וועמען.

די שלעכטן, אומרעכטן,
וואס פאסירט האט נעכטן,
געוואלט זיי אויך פארברענען.
די לעצטע, געשעצטע, אלט-געזעצטע,
אוי אוי וואס געדענקען דעם גיהנום.

די קליינע מענטשן וועם קיינער וועט שוין מער,
קיינמאל מער נישט קענען...

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection