Download PDF

שעפעלע

יוסף משה כהנא

Original Track

שעפעלעיוסף משה כהנא7:37

לחן: יאסעלע ראזענבלאט | מילים: ר' יוסף משה כהנא | לחיים ברידער (תש"ס)

אין וואלד א טרויער שוין עטליכע וואכן,
א שרעקליכע מגיפה דארט אויסגעבראכן.
יעדן טאג א לויה, א חיה נאך א חיה,
יעדער האט שנעל זיין משפחה פארשפראכן.

אלע חיות, זאגן דעות,
לאנגע הֶסְפֵּדִים, מיט גאנצע ראיות.
א סימן א קלארע, מען דארף א כפרה,
זאגט דער פוקס א סברא.

דער קעניג, דער לייב, אלע צאמגערופן,
און זיך געטון פארטיפן.
דער פוקס איז גערעכט, לאמיר קלאר מאכן די בילד,
זען טאקע וועמענס איז די שולד.

יעדער מתודה זיין דא עס וועט,
דערציילן יעדע חטא.
כדי ס'זאל נישט ווערן גלייך א געשלעג,
וועל איך זיין דער ערשטער, ווייזן די וועג.

געפארן אין וואלד, א פערד און וואגן,
פיל קעלבעלעך אין שטאט אריינגעטראגן.
צעריסן מיט די ציינער, א סעודה א פיינער,
זיך באלעקט מיט אלע ביינער.

נישט גע'בטל'ט אפילו א רֶגַע לְבַטָלָה,
דערנאך איינגעשלונגען אויך דעם בעל עגלה.
לא נדע מה נעשה, נישט קיין פשוט'ע מעשה,
א חשש פון אכילה גסה.

אוי ניין, ר' לייב, ניין,
מיר קענען דאס נישט באשטיין.
דו ביסט דער קעניג, און אונטערטעניג,
דארפן אלע פאר דיר זיין.

לאמיר הערן, צוזאמען קלערן,
אריינטראכטן מיט געדולד.
אויף וועם עס וועט פאלן דער פסק,
אויפן קאפ א האק,
אראפנעמען פון אונז די שולד.

דער צווייטער שטעלט זיך אויף דער בער,
צו רעדן איז מיר זייער שווער.
די טאג וואס איך האב געזינדיגט, גלייך דערנאך,
איז געקומען די מגיפה, די בראך.

געפארן חתן-כלה צו א חופה ווייט,
געשפילט מוזיקאנטן פון יעדע זייט.
צעביסן, געשעדיגט, אלעמען ערלעדיגט,
אזא חטא, ס'איז נישט גלאט.

אוי ניין, בער ניין,
מיר קענען דאס נישט באשטיין.
אֲנַן סָהֲדֵי, ביסט געווען גראדע,
אויסגעהונגערט אוודאי.

לאמיר הערן, צוזאמען קלערן,
אריינטראכטן מיט געדולד.
אויף וועם עס וועט פאלן דער פסק,
אויפן קאפ א האק,
אראפנעמען פון אונז די שולד.

דער וואלף שטעלט זיך דארט אוועק,
אלע ביינער ווארפן זיך מיט שרעק.
איך פארשטיי שוין, האט ער געוויינט,
אוודאי מיר האט מען געמיינט.

א קינד קוים א וואך, מיט א שמייכל א זיסן,
פון קליינעם וויגל ארויסגעריסן.
אזוי בא'חנ'ט, אזוי שטארק געוויינט,
אזא חטא אזא מיאוס'ן.

אוי ניין, וועלוול, ניין,
מיר קענען דאס נישט באשטיין.
א קליינטשיג חטא, פון דעם ווער רעדט,
דארפסט דאך עסן צו זיין גרויס און פעט.

לאמיר הערן, צוזאמען קלערן,
אריינטראכטן מיט געדולד.
אויף וועם עס וועט פאלן דער פסק,
אויפן קאפ א האק,
אראפנעמען פון אונז די שולד.

פון די זייט הערט זיך א געוויין,
א שעפעלע, מאגער און קליין.
איך האב אויך עפעס אן עבירה,
גלייבטס מיר, איך האב נישט געהאט א ברירה.

א קאלטע נאכט געווען אין יענע צייט,
מיין באלעבאס אויף מיר רחמנות געהאט.
אינדערהיים אריינגענומען, מיר פארגרינגערט,
אוי בין איך געווען אויסגעהונגערט.

א שטיקעלע שטרוי האב איך דארט דערזען,
אין זיין שטיוול, איז עס געווען.
איך האב מיט דעם זיך מחיה געווען מיין לעבן,
געטראכט, איך וועל עס אמאל אפגעבן.

אלע חיות די שעפעלע באפאלן,
דעם משפט געטון צואיילן.
מיט א געשמאק,
מקיים געווען די פסק.

אלע צוזאמען איר אנגעכאפט,
צעביסן און צעקלאפט,
די גאנצע ערד, מיט איר בלוט איינגעזאפט.
אלע צוזאמען איר אנגעכאפט,
צעביסן און צעקלאפט,
די גאנצע ערד, מיט איר בלוט איינגעזאפט.

ס'איז דאך פשוט אזוי,
אויף רציחה לעבט א גוי.
שולדיג איז די אידישע שעפעלע,
וועגן איין שטרוי.

נֶחְשַׁבְנוּ כַּצֹאן לַטֶבַח יוּבָל,
לַהֲרוֹג וּלְאַבֵּד וּלְמַכָּה וּלְחֶרְפָּה.

אזעלכע רציחות, אזויפיל רשעות,
זיי מאכן זיך שיין, אן קיין בושות.
אלעס זיי מעגן, קיינעם נישט פרעגן,
קיינער שטעלט זיך זיי נישט אקעגן.

נאר די שעפעלע גייט שולדיג ארויס,
אלע פעלקער, מ'פייניגט איר אויס.
עפעס זי טוט, אויף דער מינוט,
פארגיסן זיי אירע בלוט.

שעפעלע, שעפעלע, מ'וועט דיך ראטעווען,
די חיות וועלן נישט אייביג באלעבאטעווען.
קומען וועט דער פאסטוך מיט זיין שטעקן,
און זיי אלע אפמעקן.

וויינען שעפעלעך, וויפיל קען מען,
קיינער וויל זיי נישט ארייננעמען.
אפילו א שטיקל שטרוי איז אויך נישט דא,
הושענא צאן קדשים, הושענא.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection