ברוך הוא אלוקינו
יוסף משה כהנא
Original Track
לחן: ר' שלמה קאליש | מילים: ר' יוסף משה כהנא | לחיים ברידער (תש"ס)
באשעפער, אזוי ווי ביז היינט,
האסטו מיין לעבן באשיינט.
מיר באגלייט יעדע טריט,
געווען צו מיר אזוי גוט.
אפילו אמאל א פראבלעם,
ליגט גאר א טובה אין דעם.
איך זאל מיך דערמאנען און זען,
פארוואס איז עס מיר געשען.
אוי טאטע, צו דיר טו איך האפן,
באהאלט נישט דיין פנים פון מיר.
דיין גוטס זאל שטענדיג קומען אפן,
מיט ליבשאפט זיך דערנענטערן צו דיר.
טאטע, צו דיר איך בעט,
דיין גוטס האט דאך נישט קיין שיעור.
מען זאל זען מיט די אויגן אז אלעס וואס געשעט,
איז נאר א חסד פון דיר.
איך זאג דיר צו, טאטע זיסער,
דיין חסד איז די בעסטע מוסר.
ווען איך זע ווי גוט דו ביסט צו מיר,
שעם איך זיך פון דיר.
עס פאדערט פון מיר אסאך,
ס'לאזט מיך נישט ווערן שוואך,
ווי גרעסערע חסדים עס איז,
אלץ בעסער זיין איך מוז.
כרחמיו וכרוב חסדיו, אזוי ווי ביז אהער,
אלה וכאלה, העלף מיר מער און מער.
כרחמיו וכרוב חסדיו, אלעמאל צוגעהערט צו מיר,
אלה וכאלה, לאז אפן דיין טיר.
דער באשעפער זאגט: איך ווארט,
מיין טיר ווערט קיינמאל נישט פארשפארט.
איך האב תענוג ווען דיר איז גוט,
איך פריי מיך מיט דיר מיט.
געדענק, מיין קינד, געדענק,
אז אלעס וואס איך שענק.
זאלסט שטיין בלייבן און געבן א קלער,
זיך דערנענטערן מער און מער.
א מלך האט אמאל געשיקט זיין זון,
אין א ווייטע מדינה אהין,
אויפבויען א מלוכה אין דעם ארט,
מען זאל וויסן פון זיין נאמען דארט.
וויאזוי צו בויען דו פארשטייסט,
בן-מלך ביי יעדן דו הייסט,
אים מיטגעגעבן אוצרות אן א גבול,
גאלד און זילבער, זייער פיל.
דאס קינד בויט, ס'איז זייער שווער,
אלץ שרייבט ער צום טאטן דאך,
אוי, טאטע! געב מיר מער,
איך דארף האבן, נאך און נאך.
ס'איז וויסט און פוסט, פול מיט שטיינער,
מ'דארף אקערן און גראבן,
העלפן, העלפט מיר נישט קיינער,
נאר יעדער וויל פון מיר האבן.
דער טאטע האט רחמנות, געט אים נאך,
מיט מער אוצרות באגליקט,
איך געב דיר אלעס, אבער איין זאך דאך,
פארגעס נישט פארוואס איך האב דיר געשיקט.
להגדיל שמו הגדול הגיבור והנורא שנקרא עלינו.
געדענק, מיין קינד געדענק,
געדענק אז אלעס וואס איך שענק,
זאלסט שטיין בלייבן און געבן א קלער,
זיך צו דערנענטערן מער און מער.
להגדיל שמו הגדול הגיבור והנורא שנקרא עלינו.
