פונעם בורא אליין
אהר'לע סאמעט
Original Track
ער שטייט אויסגעדרייט ביים וואנט,
מיט זיין פנים באדעקט מיט זיין האנט.
ער וויינט און וויינט,
איך פראביר צו פארשטיין וואס דאס מיינט.
מיט קולות וברקים ער שרייט,
מיין הארץ פאר אים אויסגייט.
וואס איז זיין ווייטאג, זיין שטער,
איך גיי צו אים, אידעלע הער.
איך זע ווי צובראכן איר זענט,
אפשר העלפן וואלט איך אייך געקענט.
זאגט מיר נאר וואס אייך פעלט,
צו איז עס געזונט, אדער געלט?
איך ווארט נישט אויף גארנישט אצינד,
איך האב פרנסה, קינדער, געזונט.
איך בין געקומען דא דאנקען געשווינד,
נאך די חופה פון מיין יונגסטן קינד.
ניין, אוי אוי ניין,
איר קענט נישט פארשטיין, מיין געוויין.
אז באקומען פונעם בורא אליין,
האב איך חסד חיים וחן.
יא, אוי אוי יא,
איך וויין פשוט הללוי-ה!
אוי פאטער אתה יצרתה,
מיין תפילה איז שבח לשמה.
אין הארצן אמאל איז יא שווער,
עס רינט דאך פון ווייטאג א טרער.
יעדער זיין תפילה אזוי,
ושועתי אליך תבוא.
דאס הארץ ממש אויסגייט,
פון טיפע קלעמען מען שרייט.
אבער דאס אידל פארשטייט,
ס'איז חסדים באהאלטענערהייט.
שטעלט זיך אפ א מינוט,
און באטראכט וואס גייט דיר יא גוט.
דער בורא אזויפיל דיר מאכט,
חסד בייטאג און ביינאכט.
כי חסדך גדול עלי,
איך וויין אויך אויף דעם פונקט אזוי.
מיט קולות און טרערן איך שריי,
טאטע. נשמת כל חי.
ניין, אוי אוי ניין,
איר קענט נישט פארשטיין, מיין געוויין.
אז באקומען פונעם בורא אליין,
האב איך חסד חיים וחן.
יא, אוי אוי יא.
איך וויין פשוט הללוי-ה!
אוי פאטער אתה יצרתה,
מיין תפילה איז שבח לשמה.
הללו בכל לבב,
הללוהו במינים ועוגב,
הללוהו בגבורתיו,
הללו ווייל אלעס איז טוב.
הללו קל בקדשו,
הללוהו כרב גדלו,
הללוהו ברקיע עזו,
הללו כי לעולם חסדו.
