Download PDF

קידוש השם

יוסף משה כהנא

Original Track

קידוש השםיוסף משה כהנא7:54

יא, אוי אוי יא,
איך וויין פשוט הללוי-ה!
אוי פאטער אתה יצרתה,
מיין תפילה איז שבח לשמה. קידוש השם

יוסף משה כהנא

לחן: ר' אליהו אייזענבאך | מילים: ש.ק. לאווען | דאס אידישע טרער (תשפ"ג)

אוי טאטע, ווי קען מען דאנקען דיר,
פאר דיין חסד אן קיין סוף און שיעור.
אין א יעדע פון מיינע שוועריגקייט,
דורכאויס מיינע אלע צער און לייד,
האב איך געזען דיין ליבשאפט און גוטסקייט.

איך ווייס און גלייב אז וואס דו טוסט,
איז אויסגערעכנט, גארנישט איז אומזיסט.
ס׳איז דאך אלעס פאר מיין טובה,
און דיין שכינה ליידט דאך אויך מיט מיר,
דו קענסט עס טוישן, גארנישט איז שווער פאר דיר.

אודך כי עניתני, ותהי לי לישועה.

און ווען דו לאזט מיר בלייבן אין קלעם,
כאטש דיין שכינה האט פיל צער פון דעם,
ווייס איך אז ס׳מוז מיר ברענגען פיל גוטס,
און דו, באשעפער, דערהאלטסט מיר כסדר,
אין דיין שאטן פיל איך אזוי באשיצט.

אויף קידוש השם זענען פיל אומגעקומען,
אבער א שווערער תפקיד האבן מיר באקומען.
צו לעבן אויף קידוש השם און קיינמאל אויפגעבן,
אז דו, און נאר דו, פירסט אונזער לעבן.

טאטע זיסע, ס׳איז אונזער שטרעבן,
העלף אונז, טאטע, נאר מיט אמונה אין דיר צו לעבן.
און נאר אין דיר זאלן מיר זיך בוטח זיין,
אין יעדע מצב און אין יעדע זמן.

ס׳איז נישט גרינג און ווער ווייסט נאך ווי דו,
יסורים לאזן פיל מאל נישט צורו.
אבער טאטע זיסע, מיר קלאמערן זיך נאר אין דיר,
ישועת השם כהרף עין גלייבן מיר.

געב מיר די זכיה ווי ביז יעצט געווען,
מיט מיינע פליישיגע אויגן זאל איך ווייטער זען,
די גוטס אין דעם וואס איז צו מיר געשען.

איך זאל קענען שטייגן פון נסיונות,
אויסגעלייטערט ווערן פון בזיונות.
און טאקע ווערן בעסער דורך דעם,
מכניע זיין זיך צו טון רצון השם.

שענק מיר, טאטע, אן אמת׳ע שטארקייט,
מקבל צו זיין א יעדע שוועריגקייט,
און זוכה זיין צו דינען דיך מיט פרייד.

אויף קידוש השם זענען פיל אומגעקומען,
אבער א שווערער תפקיד האבן מיר באקומען.
צו לעבן אויף קידוש השם און קיינמאל אויפגעבן,
אז דו, און נאר דו, פירסט אונזער לעבן.

טאטע זיסע, ס׳איז אונזער שטרעבן,
העלף אונז טאטע, נאר מיט אמונה אין דיר צו לעבן.
און נאר אין דיר זאלן מיר זיך בוטח זיין,
אין יעדע מצב און אין יעדע זמן.

אוי טאטע, ווי קען מען דאנקען דיר,
פאר דיין חסד אן קיין סוף און שיעור.
אין א יעדע פון מיינע שוועריגקייט,
דורכאויס מיינע אלע צער און לייד,
האב איך געזען דיין ליבשאפט און גוטסקייט.

אין א יעדע פון מיינע שוועריגקייט,
דורכאויס מיינע אלע צער און לייד,
וועל איך נאך זען דיין ליבשאפט און גוטסקייט.

אודך כי עניתני, ותהי לי לישועה.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection