Download PDF

שבח

יונתן שווארץ

Original Track

שבחיונתן שווארץ6:22

הַכֹּל יוֹדִיךָ וְהַכֹּל יְשַׁבְּחוּךְ וְהַכֹּל יֹאמְרוּ אֵין קָדוֹשׁ כַּשֵׁם.

דוֹמֵם, צוֹמֵחַ, חַי, מְדַבֵּר,
יעדער לויבט דעם מֶלֶךְ כַּבִּיר.
יעדע באשעפעניש זאגט אויף זיין פארנעם,
אז אֵין קָדוֹשׁ כַּשֵׁם.

הַשָׁמַיִם מְסַפְּרִים כְּבוֹדוֹ,
אלע הימלען זענען מודה.
די שטערן, די זון און די לבנה,
לויבן מיט כוונה.

הערט נאר ווי די ימ'ען זינגען לידער,
די כוואליעס רוישן מיט גערודער.
די שטורעמדיגע ווינטן זיי פייפן און שרייען,
אז דו האסט באשאפן יֵשׁ מֵאַיִן.

די ברענעדיגע שרפים און מלאכים
דערציילן דעם בורא'ס שבחים.
זיי זאגן קדוש קדוש יעדן צופרי,
צו דער בורא קודשא בריך הוא.

די ערד אלע טאלן און בערג,
מיט אזויפיל וואונדערליכע ווערק.
די ביימער מיט די בלעטעלעך, ווילן נישט שווייגן,
שאקלן זיך אינאיינעם מיט די צווייגן.

די גראזן מיט אלע בלומען,
טוהן לויבן און רומען.
די פירות און ירקות צוזאמען מיט די תבואה,
אינאיינעם מיט די גאנצע בריאה.

הַכֹּל יוֹדִיךָ וְהַכֹּל יְשַׁבְּחוּךְ וְהַכֹּל יֹאמְרוּ אֵין קָדוֹשׁ כַּשֵׁם.

נשמת כל חי,
אלע חיות אזוי געטריי.
מיט לויב זאגן זיי,
מודה אני השם אלוקי.

די לייב מיט זיין גבורה,
צוברומט זיך און זינגט שירה.
דער אדלער זיך הויך,
און לויבט מיטן גאנצע כח.

דער פוקס לויבט קה רבון עלם,
מיט זיינע חכמות און משלים.
די הערשעלעך מיט זייער שנעלע געלויף,
זאגן הודו לה' כי טוב.

פון די ביימער די פייגעלעך די קליינע,
אֲשֶׁר שָׁם צִיפֳּרִים יְקַנֵנוּ.
צעפליען זיך מיט אחדות און מיט אחוה,
אוי בּוֹאוּ נִשְׁתַּחֲוֶה.

און אונטערן וואסער דארט,
מ'הערט נישט קיין הויך ווארט.
די פישן אינאיינעם כאפן א שוים
און טאנצן ארום און ארום.

די הינדעלע קרייט און שרייט,
און זינגט צום באשעפער מיט פרייד,
יעדע צופרי מיט א קול רנה,
הַנוֹתֵן לְשֶׁכְוִי בִּינָה.

הַכֹּל יוֹדִיךָ וְהַכֹּל יְשַׁבְּחוּךְ וְהַכֹּל יֹאמְרוּ אֵין קָדוֹשׁ כַּשֵׁם.

דער מענטש בלייבט שטיין פארגאפט,
ער זעט א מרחק רב.
צו לויבן געבט ער זיך א נעם,
מה רבו מעשיך ה'.

יעדע הער, יעדע פריץ,
שָׂרִים וְכָל שׁוֹפְטֵי אָרֶץ,
יעדע קעניג געבט אפ שבחים,
פארן מלך מלכי המלכים.

ועל הכל, און איבער אלעס,
זינגען מיר אידן שיר המעלות,
אז דו האסט אונז טאטע אזוי דערהויבן,
מיר קענען דיר שטענדיג לויבן.

כל עצמותי, מיט אלע ביינער,
זינגט צו דיר יעדער איינער.
אויף יעדע זאך וואס מ'האט הנאה,
געבט מען שבח והודאה.

יעדן טאג לכל הפחות,
מאכן מיר מאה ברכות.
כל הנשמה תהלל, אויף אלע פרטים,
על כל נשימה, אויף יעדע אטעם.

שבת נעמט מען א כוס וויין,
אן עדות ווילן מיר זיין,
אז דו האסט באשאפן די גאנצע בריאה,
ויכל אלוקים ביום השביעי.

פון אלע אידישע דירות,
זינגט זיך ארויס זמירות.
מיט א פרייליך געמיט נאך די סעודה,
לאזט מען זיך ארויס מיט א רקידה.

הַכֹּל יוֹדִיךָ וְהַכֹּל יְשַׁבְּחוּךְ וְהַכֹּל יֹאמְרוּ אֵין קָדוֹשׁ כַּשֵׁם.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection