Download PDF

אז א שידוך

יונתן שווארץ

Original Track

אז א שידוךיונתן שווארץ5:41

לחן: ר' ירמי' דמן | מילים: ר' יונתן שווארץ | אין א גוטע שעה (תשנ"ו)

כְּשֵׁם שֶׁנִכְנַס לַבְּרִית, כֵּן כֵּן יִכָּנֵס,
בעט איעדער איד מיט גרויס כוונות.
יעדער טאטע די תפילה טוט פארלאנגען,
צו זען זיינע קינדער אונטער חופה שטאנגען.

ס'קומט אן די יארן, ס'לויפן מינוטן,
פארן קינד זוכן א פאסיגן שידוך.
יעדער וויל האבן די שענסטע און די בעסטע,
און יעדער וויל באקומען דעם נדן די גרעסטע.

א מענטש דארף געדענקען אין יעדע צייט,
אַרְבָּעִים יוֹם קוֹדֶם יְצִירַת הַוְולַד.
אז פלוני לפלוני רופט מען שוין אויס,
מיט וועמען דו וועסט בויען דיין אידיש הויז.

א מענטש קען זאגן, איך וועל זוכן וואס מער,
אדער א יחוס, אדער א מיליאנער.
ער וועט נאר באקומען וואס איז באשערט,
וואס מ'האט אויסגערופן, נאר דאס ווערט.

אז א שידוך איז באשערט, וועט עס דעמאלטס ווערן,
און אז טאמער נישט וועט זיך עס איבערקערן.
קענסט לויפן אהער, קענסט לויפן אהין,
אן דעם באשעפער קענסטו גארנישט טון.

ס'איז דא א איד, ער האט א בחור ממש ערשט-קלאסיג,
ער זיצט אין ישיבה און ער לערנט זייער פלייסיג.
ער ווערט שוין נעבעך עלטער,
ער ווערט באלד דרייסיג,
ער טרעפט נאכנישט קיין שידוך, וואס איז פאר אים פאסיג.

צו אלע שדכנים האט מען זיך שוין געוואנדן,
ער איז שוין געוועזן אין אנטווערפן און אין לאנדאן.
אין אלע מקומות איז ער שוין ארומגעלאפן,
וואס איז באשערט האט מען נאכנישט געטראפן.

ער האט נאר אביסל אמונה און בטחון,
צום סוף טוט ער א שידוך מיטן אייגענעם שכן.
ס'האט געדארפט אנקומען די ריכטיגע שעה,
זעסט אז די ישועה איז לעבן דיר דא.

אז א שידוך איז באשערט, וועט עס דעמאלטס ווערן,
און אז טאמער נישט וועט זיך עס איבערקערן.
קענסט לויפן אהער, קענסט לויפן אהין,
אן דעם באשעפער קענסטו גארנישט טון.

חז"ל דערציילן אונז א מעשה א באקאנטע,
אמאל איז געוועזן א גוי'טע א רשע'נטע.
זייער רייך, אבער א גרויסע קלאפטע,
זי איז געקומען צו רַבִּי יוֹסִי בֶּן חֲלַפְתָּא.

זי זאגט, רבי לעבן, א שאלה איך פרעג,
דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט אין זעקס טעג.
וואס טוט ער נאכדעם די גאנצע צייט,
נאך ווען די גאנצע וועלט איז שוין גרייט.

ר' יוסי ענטפערט, להתענג בתענוגים,
הקדוש ברוך הוא יושב ומזווג זיווגים.
אויף דעם איז נישטא קיין שום וויכוחים,
דער אויבערשטער זיצט און ער פירט אויס שידוכים.

אז א שידוך איז באשערט, וועט עס דעמאלטס ווערן,
און אז טאמער נישט וועט זיך עס איבערקערן.
קענסט לויפן אהער, קענסט לויפן אהין,
אן דעם באשעפער קענסטו גארנישט טון.

די גוי'טע האט גלייך אנגעהויבן צו לאכן,
אויספירן שידוכים איז די פשוט'סטע זאכן.
זי האט געמיינט זי איז הונדערט פראצענט גערעכט,
זי האט געהאט טויזנט דינסט און טויזנט קנעכט.

אזוי ווי זי איז נאר אהיימגעקומען,
צאמקלויבן די דינסטן און קנעכט האט זי זיך גענומען.
זי האט ביי זיך נישט גענוג טיף געטראכט,
וואס מיינט טויזנט חתונות אין איין נאכט.

ס'האט זיך דארט גענומען ברעכן שויבן און טויערן,
פאר איינעם האט געפעלט די נאז,
פאר איינעם די אויערן.
אזוי איז דארט געגאנגען שריט און טריט,
ס'האט זיך דארט פארגאסן בלוט.

צו ר' יוסי איז זי געלאפן, כ'האב מיך געטון בלאפן,
כ'מוז מודה זיין ס'איז דא נאר איין באשעפער אומעטום.
איך בין אויף דעם גערישט,
וואס ער קען, קען קיין איינער נישט,
כ'האב איינגעזען אז נאר השם הוא האלוקים.

אז א שידוך איז באשערט, וועט עס דעמאלטס ווערן,
און אז טאמער נישט וועט זיך עס איבערקערן.
קענסט לויפן אהער, קענסט לויפן אהין,
אן דעם באשעפער קענסטו גארנישט טון.

חתן כלה מזל טוב, מחותנים מזל טוב, אלע אידן מזל טוב, און א מזל טוב.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection