Download PDF

די בלעטעלע

יום טוב עהרליך

Original Track

די בלעטעלעיום טוב עהרליך4:17

Cover Tracks

S0264 - די בלעטעלע - יום טוב עהרליך3:19

לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך (תשכ"ה) | אידישע אוצרות 1 - אברהם פריד (תשנ"ב)

שטייט א בוים אינמיטן וועג,
מיט די צווייגן אראפגעשטעקט,
און א בלעטעלע רייסט זיך אפ,
און עס פאלט אראפ.

גייט א צדיק אויפן וועג,
און די בלעטעלע גיט א פרעג,
פארוואס ביסטו פון דעם בוים אוועק,
און ליגסט אינמיטן וועג.

זאגט די בלעטעלע, איך ווייס נישט וואס,
איך בין נישט דער באלעבאס.
מיין צווייג האט פלוצלינג זיך צעוויגט,
און מיר אראפגעפליקט.

צווייגל צווייגעלע, באלעבאס,
אפשר זאגסטו מיר פארוואס,
דו האסט פלוצלינג זיך צעוויגט,
און די בלעטל אראפגעפליקט.

זאגט די צווייגל, איך ווייס נישט וואס,
איך בין נישט דער באלעבאס.
די ווינט האט פלוצלינג זיך צעבלאזט,
און די בלעטל אראפגעלאזט.

ווינטעלע ווינטעלע, באלעבאס,
אפשר זאגסטו מיר פארוואס,
דו האסט פלוצלינג זיך צעבלאזט,
און די בלעטל אראפגעלאזט.

זאגט די ווינט, איך ווייס נישט וואס,
איך בין נישט דער באלעבאס.
מיין מלאך האט מיר ארויסגעלאזט,
און איך האב געבלאזט.

מלאך מלאך'ל, באלעבאס,
אפשר זאגסטו מיר פארוואס,
דו האסט דעם ווינט ארויסגעלאזט,
און ער האט געבלאזט.

זאגט דער מלאך, איך ווייס נישט וואס,
איך בין נישט דער באלעבאס.
דער באשעפער פון דער וועלט,
האט מיר אזוי באפעלט.

באשעפער גרויסער, באלעבאס,
אפשר זאגסטו מיר פארוואס,
א קליינע בלעטעלע רייסט זיך אפ,
און עס פאלט אראפ.

דער באשעפער, ער אליין,
גיט דעם צדיק צו פארשטיין.
הייב די בלעטעלע אויף פון ארט,
און א קוק געב דארט.

דארט ליגט א ווערימל, דאר און קליין,
האט נישט קיינעם, גאנץ אליין.
ער איז געוועזן אויפן בוים,
און געאטעמט קוים.

ווייל די זון האט שטארק געברענט,
האט ער שלאפן נישט געקענט,
האט ער געבעטן, באשעפער, באשיץ,
איך האלט נישט אויס די היץ.

האב איך דעם מלאך גלייך געזאגט,
האט ער דעם ווינט ארויסגעיאגט,
האט ער די צווייגעלע צעבלאזט,
און די בלעטל אראפגעלאזט.

מיטן ווערעמל אויפן פעלד,
און פאר אים די זון פארשטעלט.
און דער קליינער ווערימל איז,
איינגעשלאפן זיס.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection