Download PDF

דעם שטיבל'ס בעל עגלה

מיכאל שניצלער

Original Track

דעם שטיבל'ס בעל עגלהמיכאל שניצלער7:43

לחן: ר' יואל הערש פוקס | מילים: ר' ישעי' פוקס | אידן דערציילן (תש"ס)

די טעג פאר פסח נענטער זיי קומען,
אהיימגיין פון די ישיבה יעדער מ'טראכט.
גרייט זיך א בחור שמעלקא, און ער איז פארנומען,
אהיימגיין צו די עלטערן אויפן סדר נאכט.

גלייך צופרי געפאקט זיינע מלבושים,
פלייסיג געלערנט, געווארן א תלמיד חכם.
נישט פארגעסן צו נעמען דאס בינטל מיט זיינע חידושים,
מיטן זאק אויף די פלייצע, ער גייט צום פָּרָשַׁת דְרָכִים.

אינדרויסן עס גייט א רעגן,
בלאטעס אין אלע וועגן,
קיינער פארט נישט דורך אין אזא צייט.
שמעלקא שטייט אינגאנצן נאס,
איבעראל איז זומפיג, פול מיט מאראסט,
די אויגן צום הימל הייבט ער אויף ווייט.

פלוצלינג א קול פון א וואגן ער הערט,
ער זעט פונדערווייטנס שלעפט זיך א פערד,
א צעבראכענער וואגן, א פחד א בהלה.
בחור, קום ארויף, איך גיי דיין וועג,
ווער זענט איר, געט אים שמעלקא א פרעג.
זארג נישט, איך בין דעם שטיבל'ס בעל עגלה.

שמעלקא פארט אויפן וואגן,
אינגאנצן פארטראכט און צעמישט,
עס איז זייער מאדנע דער גאנצער ענין.
דער בעל עגלה געט אים א פרעג, האסט שוין געדאוונט מעריב צי נישט,
איך נעם דיך אין שטיבל, דארט וועסטו טרעפן א מנין.

שמעלקא שטייגט אראפ
און אין שטיבל גייט ער אריין,
דער רב געט אים שלום,
ווער האט דיך געברענגט אהער.
מיר האבן געווארט נאר אויף א צענטן,
מיר זענען געווען נאר ניין,
דעם שטיבל'ס בעל עגלה געברענגט מיך, ענטפערט ער.

נאך מעריב דער רב רופט שמעלקא'ן צום ברעטל,
זיי פירן א שמועס גאר א טיפן.
הערט, ס'האט געוואוינט א איד דא ביי אונז אין שטעטל,
חייקל בעל עגלה האט מען אים גערופן.

די קינדער צופרי אין חדר געטראגן,
דאס ערליך געטון, קיינמאל גענומען געלט.
ביינאכט זיי אויך אהיימגעפירט מיט זיין וואגן,
דאס איז געווען זיין מצוה אויף דער וועלט.

איינמאל אין א שלאקס רעגן,
מיטן וואגן קומט חייקל אקעגן,
דער וואגן גליטשט זיך, ממש א פחד, א שרעק.
קוים קוים די קינדער פארמיטן,
און אין בוים אריינגעריטן,
דער וואגן צעברעכט זיך, און חייקל איז נעבעך אוועק.

די גאנצע שטאט ר' חייקל'ען באגלייט,
א שווארצער וואלקן ווערט אויסגעשפרייט,
ס'רעגנט, ס'גיסט, עס וויל נישט אויפהערן.
דעם טרויער קען יעדער ליינען,
אפילו די הימלען וויינען,
ס'נישט קיין רעגן, ס'פון הימל הייסע טרערן.

שמעלקא'לע מיין קינד, פירט דער רב אויס,
ביז היינט צוטאג ווען מיר זענען אין א מנין געענגט.
עס רעגנט, עס שנייט, ס'גייט קיינער נישט ארויס,
דעם צענטן ר' חייקל יעדעס מאל ער ברענגט.

דער צעבראכענער וואגן וואס דו האסט היינט געזען,
מיט דעם וואגן איז ר' חייקל אריין אינעם בוים.
דער שטיבל'ס בעל עגלה, דאס איז ר' חייקל געווען,
דיך געברענגט, און צוריק אין הימל כִּי פָּנָה יוֹם.

יארן שפעטער, שמעלקא ער פלעגט,
זיך שטעלן ווייטער אויפן זעלבן וועג,
דארט וואו ער האט ר' חייקל'ען באגעגנט.
געווארט און געווארט, אפשר דאך,
ער וועט אים טרעפן איין מאל נאך,
עס האט אבער מער אזוי נישט גערעגנט.

אֵין מְלַוִין לוֹ לָאָדָם, עס באגלייט נישט קיינער,
אלא מעשים טובים בלבד.
נישט קיין זילבער, נישט קיין גאלד,
נישט קיין טייערע שטיינער,
א מצוה מ'טוט, נאר דאס מ'האט.

ר' חייקל פלעגט פירן די קינדער אין שטיבל און צוריק,
כאטש ס'איז געווען שווער, גארנישט בניקל.
צו ברענגען מנין האט מען אים
ווייטער פון הימל אראפגעשיקט,
דער זכות איז אלץ געבליבן ביי ר' חייקל.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection