השגחה פרטית
יוסף משה כהנא
Original Track
מיין טייער קינד, טו אנערקענען,
ווי וואונדערליך די זאכן פון די וועלט זענען.
עפן דיינע אויגן וועסטו זען,
ס'איז אויסגערעכנט פונקטליך וואס עס דארף געשען.
וואס א מענטש האט, און וואס ער טוט,
אלעס איז פון גאט יעדע מינוט.
דיין צייט און טירחה א שאד איז,
אלעס גייט מיט השגחה פרטית.
יעדע זאך וואס דו טוסט,
ארעם, רייך, וויאזוי דו ביסט,
ווייניג צו אסאך, וויפיל דו גלוסט,
אלעס פארשריבן גלייך, ס'איז נישט אומזיסט.
אהיי! יעדע תנועה און יעדן ריר,
יעדע געפיל און יעדע שפיר,
גרויס אדער קליין, מיאוס אדער שיין,
אלעס איז אויסגע'חשבונ'ט פון פריער.
אהיי! יעדע זאך וואס דעם מענטש געשעט,
א יעדע קלאפ און יעדע טרעט,
א חשבון א טיפן, אויבן אויסגערופן,
פון דעם באשעפער וואס אלעס זעט.
יעדן שפאן, און יעדן גאנג,
יעדן געוויין, און יעדן געזאנג,
פון ווען ס'זאל זיין, ביז ווי לאנג,
מיט א קלארן פלאן פון אנפאנג.
דער מענטש איז נישט רואיג,
ס'איז אים נישט גענוג.
ער מיינט ער פארשטייט,
ער איז אליין קלוג.
ער טראכט ביי זיך אז אלעס ער ווייסט,
אין אמת'ן האט ער וואס אין הימל מען הייסט.
וויפיל יארן אים צו שוינען,
וואו ער זאל פארן, וואו ער זאל וואוינען.
צי מיט א חסרון, צי אים באלוינען,
מיט א חשבון א קלארן, פונעם אתה חונן.
אהיי! איבריגע דאגות אויף דיר דו טראגסט,
זיי גליקליך און צופרידן מיט וואס דו פארמאגסט.
וואס איז דען ווערד, צו טראכטן פארקערט,
א מענטש האט וואס איז אים באשערט.
וויפיל פאר אברהמ'ען, און וויפיל פאר ברוך,
אזויפיל פאר בנימין, גאר אנדערש פאר זרח.
וואס פאר ראובן און דאס זאל זיין נטע'ס,
אלעס מכוון, מיט השגחה פרטית.
צו ר' מאיר פרעמישלאנער,
באקלאגט האט זיך א חסיד זיינער.
זיך אויסגערעדט זיין צעבראכן הארץ,
אז זיין מצב איז ממש שווארץ.
איך האב א געשעפט, עס איז גוט געגאנגען,
קיינמאל פון קיינעם געטון פארלאנגען.
יעצט דערנעבן האט זיך געעפנט א געשעפט,
מיינע קונים דארטן מען טרעפט.
מיין געשעפט ווערט קלענער און קלענער,
פרנסה האט נאר יענער.
מיינע קונים גייען צו אים אריבער,
און פאר מיר בלייבט גארנישט איבער.
אהיי! דער צדיק קוקט אים אן מיט לעכטיגע אויגן,
דיינע דאגות וואס טוט דיר טויגן.
צי האסטו געזען, וואס עס טוט געשען,
ווען א פערד פון טייך וואסער ער טרינקט.
אהיי! די וואסער איז ריין, ס'שפיגלט פון דער ערד,
דער פערד קוקט אין וואסער,
ער זעט דארט נאך א פערד.
ער שטויסט גאר היציג,
ער מאכט דעם וואסער שמוציג,
ביז דער צווייטער פערד ער פארזינקט.
ער שטויסט אזוי לאנג ביז אים געלינגט,
אבער שמוציגע וואסער דערנאך ער טרינקט.
מיט זיין קנאה וואס עס האט זיך אים געדאכט,
האט ער זיך אליין קאליע געמאכט.
עס איז דא וואסער פאר אלע, אין טייך דעם גרויסן,
דארפסט נישט זארגן און שטויסן.
מיין נישט אז א צווייטער דיין וואסער טרינקט,
וואס דיר איז פארשריבן באקומסטו פונקט.
יעדע זאך וואס דו טוסט,
ארעם, רייך, וויאזוי דו ביסט,
ווייניג צי אסאך, וויפיל דו גלוסט,
אלעס פארשריבן גלייך, ס'איז נישט אומזיסט.
יעדע זאך וואס דו טוסט,
ארעם, רייך, וויאזוי דו ביסט,
ווייניג צי אסאך, וויפיל דו גלוסט,
אלעס גייט מיט השגחה פרטית.
