קאנדאקטער
יונתן שווארץ
Original Track
אידעלע, געדענק זייער גוט,
דאס גאנצע לעבן פון א איד,
איז צוגעגלייכט שפאן נאך א שפאן,
פונקט ווי א נסיעה אויפן באן.
באקומסט א קארטל אין דיין האנט,
דיין פלאץ מאכט מען דיר באקאנט.
וואו צו זיצן זאלסטו גיין,
דו קענסט דיך גארנישט נעמען אליין.
קורץ צי לאנג, אויף וועלכע באנק,
צי לעבן ארעמאן, צי לעבן גביר.
ווען זיך צו לייגן, ווען אפצושטייגן,
ביים לעצטן סטאנציע צי פריער.
דאס גלעקל קלינגט, אויפן באן מ'שפרינגט,
באלד וועלן די טירן פארמאכט זיין.
קאנטראלירן, וואו מען וועט דיך פירן,
דאס קען נאר דער קאנדאקטער פון דער באן.
דער באשעפער אין הימל געט א שריי,
בעל כרחך אתה חי.
גיי אראפ, נשמה טייערע,
דו האסט נישט קיין אנדערע ברירה.
באקומסט א קארטע אין דיין האנט,
דאס גאנצע מזל איז דארט אויסגעפלאנט.
און מיט דעם אויף די וועלט מ'קומט,
אלץ פון דעם קאנדאקטער באשטימט.
ארעם, רייך, געזונט צי שוואך,
צי עס וועט דיר גיין שווער אדער גרינג.
וויפיל יארן, דו וועסט פארן,
דו ווייסט נישט צי ביסט אלט צי ביסט יונג.
מי ינוח, ווער איז מצליח,
אלעס גייט אויף א פלאן.
קאנטראלירן, וואו מען וועט דיך פירן,
דאס קען נאר דער קאנדאקטער פון דער באן.
דו כאפסט אויפן באן א שפאציר,
דארט זיצן מענטשן אן א שיעור.
איינער זיצט רואיג אויסגעשפרייט,
ווייל נאר אויף וואקאציע ער גייט.
דער סוחר איז אבער פארנומען,
ער וויל שוין צום תכלית אנקומען.
די נסיעה זעט אים אויס זייער לאנג,
די באן איז נאר א דורכגאנג.
איין זאך, ביי ביידן גלייך,
יעדער טוט זיין פעקל פארמאגן.
אסאך צי ווייניג, ביי קיינעם אייניג,
און קיינער קען דעם צווייטנס נישט טראגן.
אבער געדענק, אסאך ברענג,
דו ווייסט נישט ווילאנג דו וועסט דא זיין.
קאנטראלירן, וואו מען וועט דיך פירן,
דאס קען נאר דער קאנדאקטער פון דער באן.
דו האסט אויפן באן א פראבלעם,
דיין זיץ איז דיר זייער אומבאקוועם.
צו וועמען קענסטו צוטרעטן,
נאר ביי דעם קאנדאקטער זיך בעטן.
ווי לאנג וועל איך אין פינסטער זיצן,
ס'איז שוין כלו כל הקיצין.
וועסט דיך בעטן מיטן גאנצן הארץ,
וועט ער דיר טוישן דיין פלאץ.
גדולה תפילה, עס קען אפילו,
דעם אלטן קארט איבערבייטן,
מ'דארף נאר וויסן, דאס הארץ אויסגיסן,
צום קאנדאקטער, דעם גרויסן טאטן.
בעט ביים מנהיג, שמחה תענוג,
נאר ער קען משנה זיין.
קאנטראלירן, וואו מען וועט דיך פירן,
דאס קען נאר דער קאנדאקטער פון דער באן.
