Download PDF

קדיש

יונתן שווארץ

Original Track

קדישיונתן שווארץ8:09

אוי אבי אבי, טאטע טאטע,
דו ביסט מיר אמאל געוועזן מגלה.
אֵין אָדָם נוֹקֵב אֶצְבָּעוֹ לְמַטָה,
עַד שֶׁמַכְרִיזִין עָלָיו מִלְמַעְלָה.

יעדע זאך וואס טוט פאסירן,
אלעס מיט א חשבון טוט זיך פירן.
קיין שום זאך פאסירט נישט סתם,
יעדע זאך האט זיך זיין טעם.

הער מיין קינד א מעשה, גאר אינטערעסאנט,
עס האט פאסירט אין אמעריקע,
אין דעם שטאט קליוולאנד.
פארט זיך א פליגער אויבן אויפן לופט,
קאנטראלירן דעם פליגער, פון שווערע ווינטן מ'פרואווט.

די פליגער ווארפט זיך מיט שרעקליכע ווינטן,
מען רופט שוין אויס אז מען מוז אראפפארן אונטן.
דער עולם צו לאנדן זאל מאכן אן הכנה,
ווייל אזוי צו פארן איז ממש א סכנה.

אויפן פליגער איז געזעסן פעלקער פארשידן,
ובתוכם א מנין ערליכע אידן.
זיי קומען אויפן לופטפעלד, זיי טראכטן צום ענין,
הגיע זמן של שחרית, לאמיר מאכן א מנין.

אדון עולם אשר מלך,
דער אייבערשטער איז דאך איבעראל גלייך.
בטרם כל יציר נברא,
אפילו אויפן לופטפעלד איז דער אייבערשטער אויך דא.

צו דאווענען מיט א ברען האבן זיי אנגעפאנגען,
פלוצלינג איז א פרייער איד לעבן זיי אריבערגעגאנגען.
ער זעט א מנין אידן, בלייבט ער שטיין,
און הייבט אן צו וויינען מיט א ביטערע געוויין.

איך בעט ענק, אידעלעך, זייטס מיר מחדש,
געטס מיר א קאפל, א סידור,
און ווייזט מיר ווי מען זאגט א קדיש.
ער הייבט אן מיט א ביטערע געוויין,
יתגדל ויתקדש שמיה רבא, אמן.

אדון עולם אשר מלך,
דער עולם קוקט עס אן, אזא פארוואונדערטע זאך.
בטרם כל יציר נברא,
וואס עפעס א קדיש זאגן, האט ער זיך אפגעשטעלט פונקט דא.

דער מנין אידן וואס זענען דארט געווען,
פרעגט אים אידעלע, דערצייל וואס איז מיט דיר געשען.
ער הייבט אן דערציילן, זיין געוויין דעם פשט,
איך האב די נאכט א חלום געהאט.

מיין טאטע קומט צו מיר, און ער געט מיר א זאג,
מיין קינד, ס'איז מיין יארצייט היינטיגן טאג.
מיין טייער קינד, איך פרעג ביי דיר,
פארוואס זאגסטו נישט קיין קדיש נאך מיר.

האב איך געענטפערט מיין טאטע,
כ'האב אים קלאר געמאכט דעם ענין,
וואו איך וואוין איז אפילו נישט דא קיין מנין.
מיין טאטע פרעגט מיך, צי דען וועסטו מיך באגליקן,
טאמער איך וועל צו דיר א מנין שיקן.

טייערע אידן, עטס האטס מיך דערקוויקט,
ווייל עטס זענטס די מנין
וואס מיין טאטע האט מיר געשיקט,
נאר וועגן דעם האט דער פליגער געמוזט דא אראפגיין,
ווייל יתגדל ויתקדש שמיה רבא, אמן.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection