Download PDF

איך האב געווארט

יום טוב עהרליך

Original Track

איך האב געווארטיום טוב עהרליך6:15

Cover Tracks

S0274 - איך האב געווארט (2)6:41
S0274 - איך האב געווארט (2) (3)6:12
S0274 - איך האב געווארט - יום טוב עהרליך6:41

מילים: ר' יום טוב עהרליך | איך האב געווארט - מרדכי ווערדיגער (תשמ"ב)

איך האב געווארט און געווארט,
אין בית המדרש אין א ווינקל.
דאס לעכטל אויפן עמוד,
האט געטאנצט דעם לעצטן טאנץ.
אט האט זיך עס פארלאשן, ס'איז געווארן טונקל.
אט האט זיך עס צעפלאקערט, מיט גאר א נייעם גלאנץ.

איך האב געווארט און געווארט,
געמיינט אז דו וועסט קומען,
איך האב אזוי געוואלט דיך זען,
אזוי געוואלט געפינען.
איך האב געווארט און געווארט,
אזוי א גאנצע נאכט,
און געווארט און געווארט,
און גארנישט זיך דערווארט.

איך האב געזוכט און געזוכט,
אין שטורעם און אין רעגן,
אין גאלדענעם פארנאכט,
אין זילבערנעם פארטאג.

איך האב געפרעגט און געפרעגט,
די היטערס אויף די וועגן,
זיי האבן זיך צעלאכט,
און גארנישט מיר געזאגט.

איך האב געזוכט און געזוכט,
און טרערן פלעגן רינען,
איך האב אזוי געוואלט דיך זען,
אזוי געוואלט געפינען.
איך האב געזוכט און געזוכט,
אזוי א גאנצע נאכט,
און געזוכט און געווארט,
און גארנישט זיך דערווארט.

ווען האב איך דיך דערזען,
ווען האב איך דיך געפונען,
ווען איך האב שוין נישט געזוכט,
נישט געווארט שוין מער.
ווען טרערן פון מיינע אויגן,
האבן שוין נישט גערונען,
פון בענקשאפט איז מיין הארץ,
געווארן ווי א שטיין.

דערזען האב איך דיין געשטאלט אזוי ווי אין א חלום,
ווי א הערש אנטלויפט אין וואלד כְּעוֹפֶר הָאַיָלִים.
אזוי אנטלויפסטו מיר און קערסט זיך אום צוריק,
מיט ליבשאפט אן א שיעור פון דיין פאטערליכן בליק.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection