געגועים
יהודה גרין
Original Track
Cover Tracks
לחן: ר' יהודה גרין, ליפא שמעלצער | מילים: ליפא שמעלצער | געגועים (תשס"ט)
ווען איך בין געווען א אינגעלע,
איך דערמאן זיך מיר גאר אפט.
מיין הארץ ציט צוריק אהין,
אויף דעם איך האב אלץ געהאפט.
אין ירושלים דארט, אין מאה שערים,
דאס חן פון די פנימ׳לעך, זקנים ונערים.
דער שמש׳ל שפאצירט ארום ביי די פענסטערלעך,
שטייט אויף אלע גיין אין שול, צום בורא טאן א שבח.
דער אלטער איד קומט צו צו מיר, א צוקערל האסטו,
אויב דו זאגסט א קאפיטל תהלים, יַעַנְךָ בְּיוֹם צָרָה.
איך בענק זיך מיט געגועים, דעם גלות זיי מסיים.
מה טוב ומה נעים, די שיינקייט פון ירושלים.
איך בענק זיך שטילערהייט, איך קלאג,
אוי טאטע, דיין קינד דערפריי אים.
מחשבות פון דארט מיט מיר איך טראג,
פון די שיינקייט פון ירושלים.
יום הששי פרייטאג נאכט, מען הערט ארויס אזוי,
פון אלע שטיבער, כל מקדש שביעי כראוי לו.
די גאסן ווי אינדערפרי קוקט אויס,
אידן פון אלע סארט,
מען גייט הערן ביים רבינ'ס טיש, א לידל, א שיין ווארט.
הייליגע בעלי תשובות
אין די גאסן מען שפאצירט,
די ביטניקעס פארלוירענע,
זיי גלייכן דעם רבינ'ס טיש.
מיינע טייערע זיסע ברידערלעך,
גלייבט מיר אויפן וואונק,
איך דערמאן זיך פון ירושלים, ציט מיר עס אן א שיעור.
צום ליל ששי בענק איך מיר צוריק,
נאך זיידי צו מקומות הקדושים גיין.
דוד המלך און שמעון הצדיק,
און ביי קבר רחל, מיט אזא געוויין.
השם, מיינע תפילות דו האסט דערהערט,
כ׳האב אינזינען געהאט אויך כלל ישראל,
און צער השכינה,
מיט די טרערן וואס איך האב דארט געלאזט,
איך האב געבעטן ובאו לציון ברינה.
ובנה ירושלים עיר הקודש, במהרה בימינו.
מיינע טייערע זיסע ברידערלעך,
ובנה ירושלים עיר הקודש,
נלך בנערינו ובזקננו.
אהיימגיין נאך די וואך און נאך דער חודש,
במהרה בימינו.
