ווייט ווייט
יוסף משה כהנא
Original Track
לחן: ר' ירחמיאל ביגון | מילים: מ. טויב | דאס אידישע טרער (תשס"ט)
ווייט ווייט, אין די לופט, הערט זיך א שטים,
לויפט דער אַיָל ארום און ארום.
מקור מים חיים ער זוכט, ער פארשט,
צו לעשן און אפצושטילן זיין דארשט.
זייער ווייט איז דער וועג, נעמט שעות און טעג,
וואו זעט מען א צייכן, אהין צו דערגרייכן.
דער וועג צו גיין איז שווער, מער און מער,
וואסער, וואסער, אפשר קומסטו אהער.
כְּאַיָל תַּעֲרוֹג עַל אֲפִיקֵי מָיִם,
כֵּן נַפְשִׁי תַעֲרוֹג אֵלֶיךָ אֱלוֹקִים.
צָמְאָה נַפְשִׁי לֵאלֹקִים, צָמְאָה נַפְשִׁי לְקֵל חָי.
אזוי ווי דאס אַיָל וואס בעט און שרייט,
נַפְשִׁי חָמְדָה אֵלֶיךָ, צו יעדע צייט.
באשעפער, קום נענטער, הער אונזער קול,
עַבְדְךָ כְּמוֹ אַיָל.
אונז זוכן א וועג, אונז זוכן א טיר,
דערגרייכן און לויפן, טאטע, צו דיר.
אָב הָרַחֲמָן, אֶל רְצוֹנֶיךָ,
כְּמוֹ אַיָל, יָרוּץ עֲבְדְיךָ.
מיר זענען אזוי ווייט און דו אזוי הויך,
דו ביסט דאך א נוֹתֵן לַיָעֵף כֹּחַ.
מצפון וּמִיַם, ברענג אונז צום שטאם,
מִנוֹפֶת צוּף וְכָל טַעַם.
כְּאַיָל תַּעֲרוֹג עַל אֲפִיקֵי מָיִם,
כֵּן נַפְשִׁי תַעֲרוֹג אֵלֶיךָ אֱלוֹקִים.
צָמְאָה נַפְשִׁי לֵאלֹקִים, צָמְאָה נַפְשִׁי לְקֵל חָי.
אזוי ווי דאס אַיָל וואס בעט און שרייט,
נַפְשִׁי חָמְדָה אֵלֶיךָ, צו יעדע צייט.
באשעפער, קום נענטער, הער אונזער קול,
עַבְדְךָ כְּמוֹ אַיָל.
