ישראל המחכים
משולם גרינבערגער
Original Track
Cover Tracks
דער קעניג שרייבט פון ווייטן,
מיין טייער קינד, אפאר ווערטער פון דיין טאטן.
איך שרייב צו דיר, דו ביסט אזוי טייער ביי מיר,
איך וויל דיר געבן וואס דו ווילסט, איעדע זאך.
איך שיק דיר אוצרות פיל,
פנינים יקרים מבית המלוכה, אן א גבול.
גאלד און געלט, אלעס וואס דיר געפעלט,
בעט נאר וואס דו ווילסט, באקומסטו גלייך.
ענטפערט דאס קינד,
אֵין לָנוּ חֵפֶץ טוֹב בָּעוֹלָם אֶלָא אָתָּה.
נאר צו דיר מיר בענקען, טאטע.
מיט ליבשאפט בכל שעתא ושעתא.
דערנענטער זיך שוין צו אונז מֵעַתָּה.
נאר צו דיר מיר בענקען, טאטע,
שרייען מיר פון וועג די ווייטע,
ווייל אֵין לָנוּ חֵפֶץ טוֹב אֶלָא אָתָּה.
יִשְׂרָאֵל הַמְחַכִּים לִישׁוּעַת הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא
בְּכָל יוֹם וְאוֹמְרִים,
אֵין לָנוּ חֵפֶץ טוֹב בָּעוֹלָם אֶלָא אָתָּה.
נאר צו דיר מיר בענקען, טאטע,
שרייען מיר פון וועג די ווייטע,
ווייל אֵין לָנוּ חֵפֶץ טוֹב אֶלָא אָתָּה.
מָשְׁכֵנִי אַחֲרֶיךָ נָרוּצָה, הֱבִיאַנִי הַמֶלֶךְ חֲדָרָיו, נָגִילָה וְנִשְׂמְחָה בָּךְ.
